בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך וויל קענען אלעס קויפן, אן דארף פארדעם קוקן אין באנק
שלום בית, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיך געפרעגט וואס דו קענסט טון צו האבן גרויס שפע, נישט דארפן קוקן אין באנק פאר מען קויפט עפעס, נישט דארפן לעבן בצמצום, נאר קענען יעדע מאל קויפן מיט צוגעמאכטע אויגן; דו פרעגסט וואס פאר א סגולה דו קענסט טון?


ברודער, איך האב דיר שוין געזאגט און אויך געשריבן, און יעצט וועל איך נאכאמאל דיר שרייבן, אפשר וועל איך יעצט פועל'ן; אויב דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, דו וועסט איר נישט אפזידלען, דו וועסט רעדן אזוי ווי דו רעדסט צו א חשוב'ער מענטש, צו א פערזענליכקייט - וועסטו האבן שפע, עס וועט זיך גיסן ביי דיר שפע.


ביז דערווייל ביסטו דאס מקיים פאר איין טאג, און פאר צוויי טעג שרייסטו, און נאכדעם בעטסטו איבער, און פאר צוויי טעג רעדסטו שיין, און נאכדעם עודך זידלסטו איר, און דו רעדסט צו איר ווי מען רעדט צו א שקלאפטע, השם ישמרינו.


איך זאג דיר צו מיין ליבער ברודער, אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט פון היינט און ווייטער רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, (איך זאג נישט מען דארף פאלגן אלעס וואס א ווייב זאגט, איך רעדט פון די וועג ווי אזוי מען רעדט; די טענות, די פארשעמען און טשעפען), דו וועסט רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א קעניגן - וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט קענען קויפן די טייערסטע קליידער מיט צוגעמאכטע אויגן, אן קוקן וויפיל געלט עס איז דא אין באנק.


הלואי זאלסטו דאס מאל פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.