בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אויב דו ווילסט א וואוילער בחור פאר דיין טאכטער, דו ווילסט א בחור וואס לעבט מיטן אייבערשטן, דו ווילסט איינער וואס וועט מכבד זיין דיין טאכטער און זיך פירן מיט יראת שמים - ווייסטו אליינס וואס דו האסט צו טון; דו קענסט ארויף קומען אין ישיבה און איך וועל דיר אנטראגן א בחור וואס וועט דיר נאר ברענגען נחת.
געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין זוכה געווען במשך די צען יאר וואס די ישיבה שטייט צו האבן א חלק אין איבער הונדערט שידוכים און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר ווייטער העלפן איך זאל קענען זיין א גוטער שליח צו מאכן שידוכים מיין גאנץ לעבן, ווייל עס גייט מיר אין לעבן צו העלפן בחורים און מיידלעך זיי ארויס צו נעמען פון זייער תפיסה.
דער רבי האט פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) ער האט געפרעגט אין הימל וואס וועט זיין זיין פרנסה? האט מען אים געענטפערט: "דו וועסט זיין א שדכן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "פארוואס האט דאס דער רבי אונז דערציילט? ווייל דער רבי וויל מיר זאלן אים נאכמאן מיט אלע זיינע זאכן; מיר זאלן נאר עוסק זיין אין אויפשטעלן אידישע שטובער פארן אייבערשטן".
געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין נישט קיין שדכן פאר געלט וואס דרייט אויס זיין רוקן אין די סעקונדע וואס דער שידוך ווערט; ביי מיר איז נישט אזוי, איך לאז נישט אפ מיינע תלמידים. מיינע תלמידים זענען ביי מיר ווי מיינע אייגענע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; דאס איז נישט סתם א גוט ווארט וואס מען זאגט פארן מלמד: "שפיר זיך גוט ווייל עס איז כאילו ילדו", נאר דאס איז אויך אן התחייבות. מען זאגט פארן מלמד: "געב אכטונג אויף יענעמס קינד אזוי ווי דו וואלסט ווען אכטונג געגעבן אויף דיין קינד; ווען דו לערנסט מיט א תלמיד טראכט: 'כאילו ילדו'".
דו שרייבסט מיר אז דו ביסט געקומען זוכן א בחור פאר דיין טאכטער, דו האסט זיך אוועק געשטעלט אונטן פון ישיבה און געזען בחורים רייכערן וכו', בחורים מיט טעלעפאנס וכו'; מיר זעט אויס ווי דו ווילסט מיר סתם טשעפען, אנדערש קען איך נישט טראכטן וואס דו ווילסט. דערפאר וויל איך דיר מודיע זיין אז מיר קען מען נישט טשעפען; איך וועל ווייטער מחזק זיין בחורים, און אויב דיין בחור וועט אנקומען אין א מצב וואס ער וועט נישט האבן קיין ישיבה וועל איך אויף אים אויך רחמנות האבן, אזוי ווי דער בערגערס זון האט געזאגט פארן קיסר ווען ער האט אים געפרעגט: "אויב דער קיסר וועט דיר אונטער קומען וואס וועסטו טון מיט אים?" האט ער אים געזאגט: "איך וואלט אים מפרנס געווען אזוי ווי איך בין דיר מפרנס (עיין סיפורי מעשיות מעשה י, פון דער בערגער און דער ארימאן)".
איך האב נישט קיין צייט צו קיין נארישקייטן; זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און זאלסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך פאר דיין טאכטער.