בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וויפיל איז די שיעור השתדלות פאר פרנסה?
תפילה והתבודדות, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער שטארק צו הערן פון דיר אז דו נעמסט חיזוק פון די בריוו און פון די שיעורים; אז מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז נאר דער רבי קען שטארקן דעם מענטש מיט די שיינע עצות.


בנוגע דיין פראגע: "וויפיל איז די שיעור השתדלות פאר פרנסה?" דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אז עס זאל דיר נישט שטערן פון דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, אויך זאלסטו איבערלאזן צייט ארויסצוכאפן אביסל חומש יעדן טאג, אפאר פרקים משניות און לכל הפחות א בלאט גמרא. ארבעטן פון צאת החמה ביז צאת הנשמה, אן קיין דאווענען, אן קיין לערנען, אן קיין מקוה און אן קיין התבודדות - איז נישט קיין השתדלות פאר פרנסה, עס איז קיין פרנסה נישט.


דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן זאלסט האבן הצלחה אין דיין נייע ביזנעס. נעם אריין דעם רבי'ן פאר א שיתוף וועסטו גאר שיין מצליח זיין; געב דיין מעשר, דיינע צדקות פאר דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, העלף פארשפרייטן דעם רבינ'ס ליכטיגע עצות פאר נאך אידן - וועסטו שטארק מצליח זיין.