בעזרת ה' יתברך
יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.
דו האסט מיר געפרעגט בשם דיין ווייב תחי' צי זי מעג לייגן "נעיל פאליש" כאטשיג אויף די נעגל פון איר פוס.
די שאלה איז צי דיין ווייב וויל וויסן וואס איך זאג, צי דו ווילסט וויסן; אויב וויל זי בכלל נישט הערן וואס איך זאג, אין אנדערע ווערטער זי וויל דאס סיי ווי טון, דאן איז נישט כדאי צו שטעלן א ווידערשטאנד, ענדערש זיך נישט קריגן ווייל עס וועט נאר ערגער מאכן, אבער אז "זי" וויל וויסן וואס איך זאג זאלסטו איר זאגן אז דער ראש ישיבה זאגט "ענדערש נישט".
מוהרא"ש האט קלאר געזאגט פאר די פרויען פון אנשי שלומינו אז זיי זאלן נישט לייגן "נעיל פאליש" מכמה טעמים וואס איז נישט נוגע צו וויסן; אבער אז זי וועט דאס סיי ווי טון איז נישט כדאי זיך צו שפארן.
טייערער ... נרו יאיר, שטארק זיך און מאך פרייליך דיין ווייב, לעב מיט איר אזוי ווי דו האסט געלערנט פון מוהרא"ש, אן חומרות און אן פרישות וכו' וכו', און געב איר ליבשאפט.
זייער אסאך מאל קומט דאס פון א שווערע יוגענט, דערפאר ווילן זיי יעצט שפירן "זעלבסטשטענדיג" וכו', וכו'.
איך האב זייער הנאה פון דיין התנהגות.