בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ביי וועלכע זאכן זאל די מוסד שפארן געלט?
מוסדות, אידיש געלט, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט צו זיכערהייט פון די קינדער און פון די איינגעשטעלטע, מלמדים און טיטשערס - זאלסטו דאס מערסטע אכטונג געבן, עס זאל זיין מער פון הונדערט פראצענט זיכער, און אז מען דארף קויפן נייע רעדער פאר די שאטל וואס ברענגט די טיטשערס - זאלסטו נישט לייגן קיין ביליגע רעדער וואס קען זיין א סכנה, לייג די טייערסטע רעדער, און אז פון אפיס זאגט מען דיר מען זאל לייגן די ביליגסטע - זאלסטו ווייזן דעם בריוו און זיך דורכקומען מיט זיי, ווייל וואס וועט מען קענען טון אויב עס שנייט און עס איז דא אייז און די שאטל וועט חס ושלום זיך נישט קענען אפשטעלן מיט אן אנגעפילטע באס מאמעס מיט קינדער, דער אייבערשטער זאל אפהיטן.


אודאי זאלסטו שפארן געלט פאר די מוסד, און אז די מנהלת בעט דיר א האלבע טיר ביים אפיס - זאלסטו נישט באשטעלן א טיר פון אפאר טויזנט דאלער, נישטא די געלט פאר דעם, דאס קענסטו מאכן אליין מיט א זעג, צוזעגן א טיר און מאכן א היימישע טיר וכו', אבער ווען עס קומט צו זיכערהייט - זאל אלעס זיין דאס מערסטע זיכער פאר אונזערע קינדער און פאר אלע איינגעשטעלטע.


איך שיק דיר נאכאמאל די בריוו וואס איך האב דיר געשריבן נאך דיין חתונה, ווען דו האסט מיר געבעטן דו ווילסט העלפן די מוסד, אויף וואס איך נעם דיך אויף, אויף דריי זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


[בעזרת ה' יתברך


 


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


 


א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד, האסט אהערגעשטעלט די מיידל קעמפ אזוי געשמאק; מרת ..., די מנהלת תחי' – זאגט מיר אז די יאר זומער איז די שענסטע זומער, אלעס איז אזוי שיין צוגעשטעלט; די יישר כח קומט דיר פאר'ן זיין אזוי געטריי.


 


בנוגע העלפן מענידזשן די תלמוד תורה, דו זאגסט מיר אז דו ווילסט העלפן, דו ווילסט טון פאר'ן רבי'ן; בעט איך דיר זאלסט טון די דריי זאכן:


 


1) ערשטנס, געב אכטונג די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון סכנה, דער בנין זאל זיין אפגעהיטן פון סכנה.


 


2) צווייטנס, געב אכטונג אויף ריינקייט, דער בנין זאל זיין ריין, אזוי אויך די באסעס.


 


3) און די דריטע זאך, געב אכטונג אויפ'ן רבינ'ס געלט; עס זאל דיר אנגיין יעדע פרוטה פון רבי'ן.


 


אז דו וועסט אראפנעמען פון מיר די דריי זאכן, דו וועסט צושטעלן פאר די קינדער זיי זאלן זיין זיכער; סיי ביים קומען און סיי ביים זיין אין חדר און אין סקול און סיי ביים אהיימגיין, און עס וועט זיין ריין אין חדר און אין סקול, און דו וועסט אכטונג געבן אויפ'ן רבינ'ס געלט – וועסטו האבן א חלק אין די אלע הייליגע זאכן וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.]