בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
די תורה זאגט, א פרוי פון ווען זי האט חתונה - דארף זי צודעקן די האר פון קאפ. עס איז אן אפענע משנה (כתובות עב.): "וְאֵלּוּ יוֹצְאוֹת שֶׁלֹּא בִכְתֻבָּה", די פרויען ווען זיי גט'ן זיך - באקומען זיי נישט קיין כתובה געלט, "הָעוֹבֶרֶת עַל דַּת מֹשֶׁה וִיהוּדִית", א פרוי וואס פאלגט נישט די תורה, "וְאֵיזוֹהִי דַת יְהוּדִית, יוֹצְאָה וְרֹאשָׁהּ פָּרוּעַ", אז זי גייט מיט אן אויפגעדעקטע קאפ; גיין צוגעדעקט די קאפ איז דת יהודית, דאס איז די גאוה פון אידישע פרויען, דאס איז זייער שטאלץ - צו גיין צוגעדעקט די האר פון קאפ.
בנוגע אייער פראגע אויב מען זאל זיך דוקא צודעקן מיט א געוויסע סארט צודעק, און אויב די נייע צודעק איז א חסרון אין צניעות; דער ענטפער איז, א שניעל, בענדענע אדער סנוד, די אלע זאכן זענען אויסגעהאלטן אין צניעות הונדערט פראצענט; עס איז פינקט אזוי ווי גיין א טורבאן, ספאנדזש טיכל וכדומה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.