בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - מיט וועלכע סארט צודעק דארף א פרוי זיך צודעקן די קאפ?
צניעות, האר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די תורה זאגט, א פרוי פון ווען זי האט חתונה - דארף זי צודעקן די האר פון קאפ. עס איז אן אפענע משנה (כתובות עב.): "וְאֵלּוּ יוֹצְאוֹת שֶׁלֹּא בִכְתֻבָּה", די  פרויען ווען זיי גט'ן זיך - באקומען זיי נישט קיין כתובה געלט, "הָעוֹבֶרֶת עַל דַּת מֹשֶׁה וִיהוּדִית", א פרוי וואס פאלגט נישט די תורה, "וְאֵיזוֹהִי דַת יְהוּדִית, יוֹצְאָה וְרֹאשָׁהּ פָּרוּעַ", אז זי גייט מיט אן אויפגעדעקטע קאפ; גיין צוגעדעקט די קאפ איז דת יהודית, דאס איז די גאוה פון אידישע פרויען, דאס איז זייער שטאלץ - צו גיין צוגעדעקט די האר פון קאפ.


בנוגע אייער פראגע אויב מען זאל זיך דוקא צודעקן מיט א געוויסע סארט צודעק, און אויב די נייע צודעק איז א חסרון אין צניעות; דער ענטפער איז, א שניעל, בענדענע אדער סנוד, די אלע זאכן זענען אויסגעהאלטן אין צניעות הונדערט פראצענט; עס איז פינקט אזוי ווי גיין א טורבאן, ספאנדזש טיכל וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד, איז א שגעון
אמונה, שלום בית, משניות, מוסר, ספרי ברסלב, טשעפען, זיווג שני, נערווען, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז דו האסט א וואוילע ווייב, האסט אזוי גוט חתונה געהאט און הער אויף זוכן איר צו פאררעכטן.


די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד - איז א שגעון, דאס האט נישט מיט אידישקייט, דאס איז בלויז נערווען; מער ווי איין מאל דערמאנען זיך צו פאררעכטן די צודעק איז שוין נערווען. אז דו ווילסט פאררעכטן - זאלסטו זוכן אין דיר וואס דו קענסט טון צו ווערן בעסער, לאז איר אפ; אז דו וועסט איר ווייטער דערמאנען יעדע סעקונדע וועגן איר צודעק - וועט זיין נישט גוט. א פרוי האט נישט ליב ווען מען זאגט און סעקירט, בפרט ביי זיווג שני. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נאכאמאל חתונה געהאט, צו אן ערליכע פרוי; זי איז דיר געטריי, זי איז צו דיר גוט - זאלסטו נישט זוכן ווי צו טרעפן א האר וואס שטעקט זיך ארויס איר צו קענען סעקירן.


מען דארף זיך נישט אוועקדרייען די פנים פון די ווייב ביי קידוש וכדומה צוליב א חשש אז עס זעט זיך ארויס א האר. אז דו וועסט זיך אוועקדרייען דיין פנים ביי קידוש און ביי ברכת המזון - וועט זי זיך אינגאנצן אוועקדרייען פון דיר וכו', און אז דו וועסט אויפהייבן דיין קול, דו וועסט שרייען - וועט זי אוועקלויפן פון דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:), די גאנצע פרשה פון פלגש בגבעה האט זיך אנגעהויבן מיט אזא מעשה, פון ווארפן א פחד אויף די ווייב, אויך א מעשה מיט א האר; זי איז אנטלאפן פון איר מאן נאכדעם וואס ער האט געווארפן א שרעק וכו' וכו'.


מאך זיך א שיעור אין משניות; זאגן פרקים משניות קילט אפ די נערווען, עס מאכט רואיג און עס גראדט אויס די קאפ און מח מען זאל וויסן ווי אזוי צו לעבן. אויך זאלסטו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, ספר לקוטי מוהר"ן, דאס נעמט אוועק די כח המדמה, מען הויבט אן לעבן מיט אמונה, מען הויבט אן לעבן מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - בלייבט אלץ פארדעקט אייער קאפ
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, האר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת שלח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער פראגע וכו'; אייער מאן וועט זיך דערשרעקן.


בלייבט אלץ פארדעקט אייער קאפ, אזוי וועט איר האבן חן אין אייער מאן'ס אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה, האר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט אכטונג פון היינט און ווייטער נישט אויסטון אייער טיכל אינדערהיים, עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ.


דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע קינדער די הייליגע תורה; אז מען היט די תורה, מען גייט אין די וועג פון די תורה - באקומט מען זייער פיל גוטס, מען ווערט געבענטשט מיט זרע ברך ה'.


היינט איז א גרויסע טאג; מאכט יעצט די גוטע קבלה אז אייער קאפ זאל שטענדיג זיין צוגעדעקט, וועט איר זיין געבענטשט פונעם אייבערשטן.


אז אייער שוועסטער טשעפעט אייך מיט אייער צניעות זאלט איר נישט ווערן געטשעפעט; עס דארף אייך נישט אנגיין וואס אייערע שוועסטערס זאגן. איר האט נישט חתונה געהאט מיט זיי, איר האט א מאן, א טייערער מאן. ער איז מיר זייער באליבט, ער איז א וואוילער, ער האט ליב איידל, ער פארשטייט וואס איז טאקע שיין.

#5 - אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות
שלום בית, סגולות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות אין אלע ענינים; אייער קינד וועט האבן א רפואה שלימה, אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נאר וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן; אייער מאן וועט ביים סוף נאר הנאה האבן אז ער האט אן ערליכע ווייב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - אין זכות פון אפשערן די האר זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע ליכטיגע דורות
קינדער, חיזוק פאר פרויען, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הצדיקת ... תחי'.


"בְּרוּכָה אַתְּ לַה' בִּתִּי (רות ג, י)", געבענטשט זאלסטו זיין פונעם אייבערשטן – מיין טאכטער, מיט דעם וואס דו האסט גענומען די קוראזש און זיך אפגעשוירן דיינע האר; כאטשיג וואס פון דיין גאנצע משפחה ביסטו איינער אליין, אלע גייען מיט די אייגענע האר; זאלסטו זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פונעם אייבערשטן.


אין דעם זכות וואס דו האסט זיך אפגעשוירן זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, בא'חנ'טע קינדער, ערליכע ליכטיגע דורות.


שעם זיך נישט מיט וואס דו האסט געטון; זיי א העלד מיט דיינע גוטע מעשים, זיי שטאלץ מיט דעם - וועסטו ברענגען דערצו אז אנדערע ווייבלעך זאלן דיר נאכטון און אויך טון די הייליגע זאך פון זיך אפשערן.


א גריס פון דיין טייערער מאן נרו יאיר; איך האב אסאך נחת פון אים און פון דיר, איך האב ענק זייער ליב.

#3 - שרייב זיך ארויס פון אלע מעסעדזש גרופס
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, טעלעפאן, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שרייב זיך ארויס פון אלע מעסעדזש גרופס, אפילו פון די גרופ וואס רופט זיך: "ברסלב גרופ" אדער "ברסלב'ע פרויען" וכדומה; אויב איז דאס סתם בויך וויי פון יעדן איינעם זאלסטו זיך אראפשרייבן פון דעם, א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט, קאפ און מח פאר נארישקייטן.


דער אמת איז אז ווען מיר האבן געעפנט די גרופ פאר ברסלב'ע פרויען האט מען דאס געעפנט נאר פאר חסד - זיך העלפן איינער דעם צווייטן; איינער פרעגט אן עצה פונעם צווייטן, איינער פרעגט ווי אזוי מען קאכט און באקט, אדער צו מודיע זיין ווען עס איז דא שיעורים, חדר און סקול, אבער אז עס ווערט א גרופ פון אויסגעבן בויך ווייטאג איז זיכער כדאי דו זאלסט אראפגיין פונעם גראפ.


עס איז גוט צו האבן א גרופ צווישן די פרויען וואו מען שרייבט און מען פרעגט נאר פאר חסד זאכן וכדומה, אבער סתם אויסשווענדן צייט איז ממש אן עבירה; די טעקסט מעסידזשעס לאזט נישט עסן, לאזט נישט שלאפן און לאזט נישט האבן צייט פאר די מאן און קינדער.


בנוגע צי מען מעג עסן פרייטאג צו נאכטס נאך ליכט צינדן; ווען א פרוי מאכט די ברכה "להדליק נר של שבת" - איז זי מקבל שבת, דעריבער דארף די פרוי קודם אנצינדן די ליכט און נאכדעם מאכן די ברכה, ווייל ווי נאר זי מאכט די ברכה ווערט ביי איר שבת, דערפאר טאר זי נישט צינדן די ליכט נאך די ברכה; און אז מען האט מקבל שבת געווען און מען וויל עסן דארף מען קודם מאכן קידוש, מען טאר נישט עסן פאר מען הערט קידוש, דעריבער אויב איז מען הונגעריג און מען קומט נישט אן צו עסן פאר ליכט צינדן זאל מען טראכטן בשעת מען צינדט די ליכט אז מען איז נישט מקבל שבת, אזוי קען מען עסן נאך ליכט צינדן, און שפעטער בשעת מען דאווענט דעמאלט איז מען מקבל שבת.


בנוגע יום טוב, איז נישט קיין שאלה צי מען מעג עסן ווייל מען צינדט אן די ליכט ביי די סעודה.


בנוגע די קאפ צודעק; אפילו מען שערט זיך אפ דארף מען נאך אלץ אכטונג געבן אז די קאפ זאל זיין צוגעדעקט, און די שכר פאר דעם איז קינדער צדיקים.


בנוגע פאלגן עלטערן; פריוואט ביי דיר קענסטו זיך פירן אויף דיין וועג, און אין געגנווארט פון זיי זאלסטו פרובירן פאלגן און טון ווי אזוי זיי בעטן דיר.


בנוגע לאזן דעם שבת טישטוך ביז זונטאג אינדערפרי; עס איז דא אזא מנהג צו לאזן דער ווייסן טישטוך ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז מסוגל לפרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, זיי וועלן זיין ברסלב'ע חסידים, ערליכע אידן.

#2 - די פאר ווערטער וואס מען בעט שטילערהייט טוישט די טבע
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, רפואה, סיפורי צדיקים, תפלות אויף אידיש, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דיינע האר זאלן נישט ארויספאלן; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט האבן געזונטע האר ביז דיין חתונה.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "אייבערשטער העלף מיר אז מיינע האר זאלן נישט ארויספאלן", וועסטו זען אפענע ניסים; תפילה איז שטערקער פון אלצדינג, די פאר ווערטער וואס מען בעט שטילערהייט טוישט די טבע.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תלט), ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין געגאנגען צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע מענטשן וואס זענען דארט געווען האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו פרעגן: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


שטארק זיך; זיי נישט דערשראקן, שעם זיך נישט פון קיינעם.

#1 - ווי אזוי אויסצונוצן דעם הייליגן טאג "זאת חנוכה"
תפילה והתבודדות, צניעות, חנוכה, ישועות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


היינט איז זייער א גרויסע טאג, היינט איז דער גמר החתימה פון די הייליגע טעג; מען קען היינט באקומען גרויסע ישועות פונעם אייבערשטן. דערפאר זאלט איר בעטן פאר אייך און אייער מאן און קינדער און פאר אלע אידן אז אלע זאלן זיין געזונט און האבן נחת פון די קינדער וכו' וכו'.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


היינט זאת חנוכה וועלן מיר פועל'ן ישועות פאר אונזער שטוב, אייער גאנצע שטוב קען זיך היינט טוישן לטובה. מען קען היינט פועל'ן געזונט, קינדער, נחת פון קינדער, פרנסה און אלעס וואס מען דארף, אבער דער אייבערשטער ווארט מען זאל אים אריין לאזן אין שטוב, דורך דעם וואס מען פירט בצניעות.


אז מען גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג טרייבט מען אוועק כביכול דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג וועל איך אוועק גיין פון צווישן אייך; אויב א פרוי געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן, זי גייט נאר אנגעטון צניעות'דיג, זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל רוען ביי אייך אין שטוב', און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, ס'איז דא אלעס; אבער אויב די פרוי גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג, טרייבט זי ארויס דעם אייבערשטן פון איר שטוב.


היינט איז זייער א הייליגע טאג, זאלט איר זיך פארנעמען מוסיף זיין קדושה, מוסיף זיין בצניעות; איר ווילט דאך אודאי גוטע קינדער! איר ווילט דאך זיכער ערליכע דורות! דארפן מיר נעמען די עצה וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל אסאך רעדן צו די פרויען אז זיי זאלן זיך אפשערן די האר און זיי זאגן וואס דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט זיך פארנעמען נישט צו גיין מיט די אייגענע האר; אלע צרות קומען פון דעם וואס די פרוי גייט מיט אירע האר. מען וואלט געקענט איינשפארן אזויפיל צרות ווען מען שערט זיך אפ די האר.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן די שכר פון א פרוי וואס געבט אכטונג אז איר האר זאל זיך נישט ארויס זען אפילו אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית און זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר.


א ליכטיגן זאת חנוכה.