בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיר וועלן אם ירצה ה' עפענען א חדר היכל הקודש אין בני ברק
שלום בית, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב זאגט דיר זי איז מסכים וכו'; אויב אזוי, אז דיין ווייב איז מיט דיר בלב שלם - וועלן מיר עפענען אם ירצה ה' אלול אונזער חדר היכל הקודש אין בני ברק, און איך שטעל דיך אלס שליח פאר די הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.