בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ב' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
האב נישט קיין שייכות מיט מחלוקת, שטיי ווייט פון מחלוקת, און אז דו הערסט רעדן פון מחלוקת - אדער גיי אוועק אדער פארדריי די שמועס. איך ווייס פון חברים ברסלב'ע חסידים אנשי שלומינו, ווען זיי הערן רעדן פון אנדערע מענטשן - פארדרייען זיי די שמועס מיט א חכמה; אז די רעדערס, די מדברים, כאפן נישט אז מען פארדרייט זייער שמועס, און אזוי ווערן זיי אפגעהיטן פון לשון הרע.
ברודער אנטלויף פון מחלוקת. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפינט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; זיי קלוג, אנטלויף פון מחלוקת, נעם נישט קיין טייל, אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז דאס איז לשם שמים, אדער גאר א מצוה; אנטלויף פון די מצוות, לאז די מצוות פאר די אייניקלעך פון דתן און אבירם, ווי דער רבי זאגט (שם, סימן פד): "בְּכָל בַּעֲלֵי מַחֲלֹקֶת", ביי אלע בעלי מחלוקת, "נִתְגַּלְגְּלִים שָׁם נִיצוֹצִין מִנִּשְׁמַת דָּתָן וַאֲבִירָם", איז דא עפעס פון דתן ואבירם.
איך וויל דיר פרעגן, וואס האסטו צו רעדן פון יענעמ'ס פרשה? וואס האסטו מיט דער וואס האט זיך גע'גט אדער נישט גע'גט, וויל יא געבן א גט, וויל נישט געבן א גט, וואס האט דאס מיט דיר? ביסט שוין פערטיג מיט דיר, דיין שכר לימוד איז שוין באצאלט? דיין גראסערי איז שוין געדעקט? ביסט דאך א בר דעת, וואס איז מיט דיר? וואס רעדסטו פון אנדערע? האסט נישט וואס צו טון?! האסט שוין געענדיגט די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום? האסט שוין געענדיגט ח"י פרקים משניות? בבלי? ירושלמי? דער רבי זאגט (שם, סימן עו): "לִמְרִיבָה, הַשְׁכֵּם וְהַעֲרֵב לְבֵית הַמִּדְרָשׁ וּלְמַד תּוֹרָה", קען זיין פשט, ווען מען קריגט זיך, עס קאכט זיך לשון הרע - איז די בעסטע עצה צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, גיין אין שול לערנען און דאווענען.
גיי אהיים העלף דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער, ווי איידער צו זיצן און פלוישן פון די חסידות און פון יענע חסידות, און אז דו האסט איבריגע צייט - גיי הפצה, גיי פארשפרייט דעם רבינ'ס ספרים. עס ברענט א פייער, אזויפיל מענטשן פאלן אוועק, אזויפיל מענטשן ליידן, און מען קען זיי העלפן מיט דעם רבינ'ס עצות, מיטן רבינ'ס חיזוק, א שאד יעדע ווארט פון די שטותים וואס מען פלוישט מיט חברים, מען קען אין די צייט אזויפיל טון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.