בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער זון הרב ר' ... שליט"א
איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט פלייסיג אין כולל; זה חלקי מכל עמלי, צו זען ווי מיינע קינדער לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.
איך וויל דיר זייער בעטן, ווען דו ענדיגסט א מקצוע זאלסטו זיך גיין פארהערן, אזוי וועסטו באקומען א שטופ צו גיין ווייטער. יעצט ווען דו ענדיגסט הלכות מקוואות זאלסטו זיך פארהערן, אזוי אויך וויל איך דו זאלסט ענדיגן לערנען הלכות שחיטה און ארויסנעמען א כתב ביי רבנים צו באקומען סמיכה, ווייל אויב דו וועסט דאס אפלאזן און גיין צו א צווייטע לימוד, וועסטו נישט האבן די שטופ אויף ווייטער. דעריבער בעט איך דיר, ווען דו לערנסט א מקצוע זאלסטו עס נישט אפלאזן ווילאנג דו ענדיגסט דאס.
אויך בעט איך דיר זאלסט גיין שלאפן פרי, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען מיט א קלארע קאפ. אז מען גייט שלאפן אין צייט – קען מען אויפשטיין, גיין אין מקוה, לערנען און דאווענען אזוי ווי מען דארף.
איך און מאמי דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז די קינדער לערנען און דאווענען און טוען גוטע זאכן, אויך דיין ווייב איז איידל און טייער.
א כתיבה וחתימה טובה.