בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען דער אייבערשטער געבט קינדער, געבט ער מיט כוחות פאר זיי
קינדער, חיזוק פאר פרויען, משפחה, כוחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען דער אייבערשטער געבט קינדער - געבט ער כח פאר די מאמע זי זאל זיך קענען פארען מיט די קינדער.


אסאך מאל איז דא ביי פרויען, זיי שמועסן צווישן זיך וועגן אן אנדערע פרוי וואס האט א שטוב מיט קינדער, מען באנעבעכט איר, מען באוויינט איר; עס גייט נישט אריין אין קאפ ווי אזוי א פרוי קען האבן א שטוב מיט קינדער. דער אמת איז אז די וואס האבן נישט א שטוב מיט קינדער - זיי באקומען נישט די כוחות, זיי קענען דאס נישט פארשטיין און אפילו די באבעס וואס זיי אליינס האבן געהאט א שטוב מיט קינדער און יעצט ווען זיי האלטן נאכן חתונה מאכן די קינדער - קענען זיי דאס אויך נישט פארשטיין, ווייל יעצט האבן זיי נישט די כוחות דערצו.


דער אייבערשטער געבט אייך א מתנה נאך א קינד, וועט קומען מיט'ן קינד כח און מח; ער וועט שיקן זיינע מלאכים זאלן אייך העלפן.


דאגה'עט נישט וואס גייט זיין, קוקט אלץ וואס איר קענט יעצט טון עס זאל זיין גוט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.