בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
נעם נישט צום הארצן אז דיין בעל הבית האט געשריגן אויף דיר אז ער גייט דיך ארויסווארפן וכו', אויב וועט ער נאכאמאל שרייען זאלסטו אים זאגן מיט א שמייכל מיט דרך ארץ: "איך בין דא צו טון וואס דו זאגסט, און אז דו ווילסט מיך פארשיקן דארפסטו נישט שרייען, קענסט מיך אוועק שיקן, און אז דו ווילסט מיר געבן ארבעט – וועל איך זיך זייער פרייען צו טון די ארבעט, און איך וועל דיר זייער דאנקבאר זיין אויף דעם", און אז ער פארשיקט דיך זאלסטו נישט ווערן צעפאלן, גלייב באמונה שלימה אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, זאלסט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות, און ביי שמונה עשרה, ביי די ברכה פון ברך עלינו את השנה הזאת – זאלסטו זיך אויסוויינען, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב א משפחה, איך דארף זיי מפרנס זיין, זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון און געב מיר פרנסה וכו'".
נישטא וואו צו גיין, נישטא עפעס אויסער תפילה. איך דארף אויך גרויסע ניסים, איך בין זייער צעבראכן, איך דארף א גרויסער נס, איך בין שולדיג פאר די איינגעשטעלטע אין די מוסד, שוין וואכן לאנג וואס איך האב נישט קיין געלט צו באצאלן די איינגעשטעלטע; וואלט עס געווען א ביזנעס – וואלט איך פארמאכט די ביזנעס, אבער היות עס איז די חדר און ישיבה, און בית פיגא פאר אנשי שלומינו – איז נישט שייך צו פארמאכן; קוקן מיינע אויגן צום אייבערשטן, איך וויין צום אייבערשטן ער זאל מיך נישט פארשעמען, איך זאל קענען באצאלן מיינע מלמדים און טיטשערס.