בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב זיך אכטונג נישט צו הערן קיין ליצנות, קיין לשון הרע; מען קען שוין זיין אין היכל הקודש, קודש קדשים, און דארט באגעגענען דעם נחש הקדמוני וואס רעדט צו מען זאל עסן פון די עץ הדעת, און אז מען הערט אים אויס - ווערט מען פארטריבן פון גן עדן.
ווען איך בין געקומען קיין יבנאל צו זיין ביי מוהרא"ש אויף א שבת, עס האט זיך געשפירט ווי אין גן עדן - זענען צו מיר געקומען אינגעלייט און געזאגט: "מיין נישט אז אלעס איז גוט דא, עס איז דא אזויפיל פראבלעמען", זיי האבן מיר געוואלט אויפהעצן אויף מוהרא"ש.
איך האב דעמאלט געטראכט צו מיר 'אוי וויי, מען קען זיין ביים צדיק, מען קען זיין אין קודש הקדשים - און מען דארף רחמי שמים נישט צו הערן לשון הרע, נישט צו פארגעסן פון תכלית, פארוואס בין איך געקומען צום רבי'ן, פארוואס בין איך אין היכל הקודש, און וואס גייט מיר אן דאס און יענץ? ממש ווי מוהרא"ש זאגט, מען קען זיצן איינער נעבן צווייטן, איינער איז אין גן עדן, ער שפירט אלע ש"י עולמות, און נעבן אים זיצט איינער אין גיהנום, אין חושך ענן וערפל, אין די גרעסטע טונקלקייט.
ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו גיין אין א זייט און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער וואס טו איך דא, איך בין אזוי פארלוירן, דא האב איך געטראפן א צדיק וואס ברענגט מיך צו דיר, ער ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און צו דביקות אין דיר, און דא הער איך רעדן כל דבר אסור, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין לשון הרע און איך זאל גיין אויפן אמת'ן וועג".
אזוי מוז זיין, און אזוי וועט זיין, און דאס גייען אלע אריבער, אפילו גרויסע מענטשן דארפן דאס אויך אריבערגיין; הערן לשון הרע וכו'. מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.
אין אנהויב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.
דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.