בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
זאג דיין ווייב תחי' אז ווי מער זי וועט טון פאר'ן רבי'ן, אלץ מער כח וועט זי האבן.
בכלליות איז דאס אן עצה פאר כח; ווען א מענטש גייט ליידיג מאכט דאס אים דיפרעסט און מען פארלירט די גאנצע כח, ווידער ווען מען גייט נישט ליידיג, מען איז פארנומען – דעמאלט ווערט מען פרייליך און דאס ברענגט כח.
בפרט ווען מען איז פארנומען מיט גאר גוטע און וויכטיגע זאכן, מען העלפט אויפשטעלן מוסדות וואס פארשפרייטן עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, מען איז פארנומען צו מחזק זיין אידישע קינדער, מען האט נישט קיין איין רגע ליידיג, - דאס מאכט אז דער מענטש זאל באקומען הימל'ישע כחות פאר אלעס, מען באקומט א ברכה אין די צייט און א ברכה אין אלעס.
דו וואוינסט דאך אין אזא שיינע הייליגע פלאץ "קרית ברסלב", עס שפירט זיך דארט א ריח אזוי ווי "יבנאל", מען שפירט דארט דעם אייבערשטן; זאלסטו זיך מתבודד זיין דארט צווישן די פעלדער און וועלדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.