בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מ'האט אינזין דעם אייבערשטן, קומט א ברכה אין די צייט
עבודת השם, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג נישט אז איר דארפט דאס טון, איך האב נאר געפרעגט; אויב איר ווילט דאס טון וועט דאס זיין א גוטע זאך פאר אונזער קהילה, צו האבן א פארשטענדליכע כלה טיטשער.


איך וועל דערציילן א פריוואטע זאך וואס איז געווען ביי מיר. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "איך וויל דיר בעטן, דו זאלסט לערנען מיט די חתנים און דיין ווייב זאל לערנען מיט די כלות"; איך האב דאס דערציילט אין שטוב, אבער מיין ווייב תחי' האט נישט געהאט חשק צו דעם. האב איך געבעטן אונזער מנהלת זי זאל דאס אנהויבן טון, איך האב גערעדט צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט איר געגעבן די זכות דאס צו טון.


איך שרייב דאס אייך, אז איר זאלט נישט מיינען, אויב איך פרעג צי מען וויל עפעס טון - אז מען מוז ענטפערן יא. איך האב כלות וואס זוכן צו לערנען לויט די מסורה און הדרכה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן, דעריבער פרעג איך אייך אויב איר ווילט האבן די זכות.


בנוגע וואס איר זאגט איר האט מורא פון די אחריות וכו'; אויף דעם האט שוין דער רבי געזאגט, ווען א שוחט איז געקומען צום הייליגן רבי'ן און געזאגט: "איך האב מורא צו זיין א שוחט", האט אים דער רבי געזאגט: "ווער דען זאל זיין א שוחט, דער וואס ציטערט נישט?" אויך האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן, מען טראגט אים אן א רבנות שטעלע, אבער ער האט מורא, אפשר וועט ער פסק'ענען נישט גוט, האט אים דער רבי געזאגט: "ווער דען זאל זיין א רב, דער וואס האט נישט מורא?"


בנוגע וואס איר זאגט איר האט מורא עס וועט אייך אוועק נעמען פון די שטוב ארבעט; דער ענטפער איז, אויב מען טוט דאס פארן אייבערשטנ'ס וועגן וועט דאס גארנישט אוועק נעמען פון די אייגענע שטוב ווירטשאפט, נאר אויב מען האט אינזין געלט, כבוד וכדומה לזה - דעמאלט ווערט אויס שטוב, עס ווערט אויס מאמע, אויס ווייב וכו' און אזוי ווייטער, אבער אויב די כוונה איז גרויס צו מאכן די נאמען פונעם אייבערשטן, לערנען כלות און יונגע ווייבלעך ווי אזוי מען לעבט א חתונה געהאטע לעבן מיטן אייבערשטן, מיט די תורה, מען האט אינזין צו העלפן כלות אויפשטעלן ערליכע דורות - איז גאר אנדערש; עס נעמט גארנישט אוועק פון די שטוב, אדרבה מען זעט א ברכה אין די צייט.


איך זע מיינע חברים טוען נישט א צענטל וואס איך טו, און קיינער פון זיי לייגט נישט שלאפן די קינדער וכו' וכו', און ברוך השם איך העלף אין שטוב יעדן טאג, איך לייג שלאפן די קינדער, איך גיס זיי אפ אינדערפרי נעגל וואסער, אויף דעם אלעס וועט מיין ווייב מעיד זיין; איי ווי איז מעגליך - מיטן טון אזויפיל זאכן, ישיבה, מוסדות, שרייבן בריוו, שרייבן ספרים, אויפנעמען מענטשן, געבן שיעורים, וכו' - אז מען זאל נאך האבן צייט אין שטוב? דער ענטפער איז - וואס שטייט פריער; אויב די כוונה איז טון פארן אייבערשטן - איז דא א ברכה אין די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.