בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי', צפת.
איך האב ערהאלט אייער בריוו.
פארוואס זענט איר געווארן צעבראכן פון דעם בריוו? איך האב אייך געשריבן איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט היינט ביים רבי'ן, איר זענט געראטעוועט געווארן פון די טונקעלע לעבן, פארוואס האט איר דאס גענומען אויף א שלעכטע וועג?
עס איז נישט אייער שולד, אלע וואקסן אזוי אויף; איך בין אויך געווען אין דעם זעלבן גרוב, איך האב אויך געמיינט פאר איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן אז זיין פרום איז עבודת השם, איך האב געמיינט אז נאר איך בין א איד וכו' וכו', ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן, איך האב געטראפן א קליין ספר'ל אשר בנחל חלק כז און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט; איך האב צוביסליך אנגעהויבן שפירן אמת'ע ליכטיגקייט.
דער עיקר זאלט איר ווייטער טון אייער הייליגע ארבעט, ווייטער מחזק זיין פרויען און מיידלעך, ליכטיג מאכן פאר די וואס גייען אין די פינסטערניש. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סוטה כא.) א מענטש איז אמאל געווען אונטערוועגנס שפעט ביינאכט, ער האט זייער מורא געהאט ער זאל זיך נישט צעשטעכן פון דערנער און נישט אריינפאלן אין גרובער, אויך האט ער זייער מורא געהאט פון רויבער און פון שלעכטע חיות און א דריטע צרה האט ער געהאט אז ער האט נישט געוואוסט וואו צו גיין, פלוצלונג: "נִזְדַּמְּנָה לוֹ אֲבוּקָה שֶׁל אוּר", ער האט באקומען א פאקל פייער, האט ער שוין געקענט זען וואו צו גיין און ער האט מער נישט מורא געהאט פון די דערנער און גרובער אבער ער האט נאכאלץ מורא געהאט פון רויבער און חיות רעות, אויך האט ער נאכאלץ נישט געוואוסט וואו צו גיין, "כֵּיוָן שֶׁעָלָה עֲמֹד הַשַּׁחַר", ווען עס איז געווארן טאג האט ער שוין נישט מורא געהאט פון רויבער און חיות, אבער ער האט נאכאלץ נישט געוואוסט וואו צו גיין, "הִגִּיעַ לְפָרָשַׁת דְּרָכִים נִיצַל מִכּוּלָם".
דאס איז ווען מען באקומט דעם רבינ'ס ספרים; מענטשן דרייען זיך ארום אין א טונקלקייט, זיי ווייסן נישט וואו צו גיין, מען האט מורא וכו' וכו', ביז מען באקומט א פאקל פייער. מען באקומט דעם רבינ'ס שכל, עס ווערט טאג און מען זעט א פרשת דרכים, ווען מען הייבט אן הערן דעם רבי'ן ווערט ליכטיג, מען ווייסט ווי אזוי זיך צו פירן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.