בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א טאטע און א מאמע דארף מען מכבד זיין, זאל זיין וואס זאל נאר זיין, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער אונז באפוילן, און אז די מצוה קומט אן שווער - וועט די שכר זיין גרעסער.
אז דיין טאטע רעדט צו דיר קעגן דיין ווייב - זאלסטו האבן שכל און דאס נישט איבערזאגן אין שטוב, און אז דיין ווייב רעדט צו דיר שלעכטס וועגן דיינע עלטערן - זאלסטו מיט שכל דאס נישט קיינעם דערציילן; זיי ווי אהרן הכהן וואס האט אויסגעדרייט און ארומגעדרייט - אבי עס זאל זיין שלום (אבות דרבי נתן יב, ג).
מען דארף נישט אלעס דערציילן, בפרט פאר עלטערן און פאר א ווייב, דארט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין פייער. אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריינקומען צו אים אין צימער רעדן צו אים שלעכטס אויף זיין ווייב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע זכותו יגן עלינו איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און כבוד, און נאכן ענדיגן רעדן, ווען זי איז ארויסגעגאנגען, האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הויבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א שלעכטע, א ביטערע, איך בין אסאך בעסער פון איר", זי האט געשריגן און געשריגן; ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. דער גבאי האט דאס אלעס אונטערגעהערט, האט ער געפרעגט: "רבי, פאר די מאמע געבט דער רבי גערעכט און פאר די ווייב געבט דער רבי גערעכט?" האט דער צדיק געזאגט: "דו ביסט אויך גערעכט..." אים צו לערנען דער טיפער לימוד פון טון אלעס אויף דער וועלט אבי עס זאל זיין שלום.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.