בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען איך קוק דיך אן, זע איך "קריעת ים סוף"
שמחה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער העלפן דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


ווען איך קוק דיך אן זע איך "קריעת ים סוף!" ווער עס האט נאר א ספק ספיקא אין די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט, זאל קוקן אויף דיר.


בדרך הטבע וואלסטו נאך געווען היינט איינגעזאלצן ווי א הערינג אין ישיבה, אזוי ווי דיינע עלטערע געשוויסטער. אבער דער אייבערשטער האט דיר ארויס גענומען פון מצר-ים און דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער.


בלייבט נאר איבער איין זאך: דו זאלסט טאנצן טאג און נאכט און דאנקען דעם אייבערשטן פאר די ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.


להודות ולהלל לשמך הגדול על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך.


דיין ראש ישיבה.


...