בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אייער טענה איז, פארוואס געבן די לערערינס ביי אונז אין בית פיגא סקול, מער גוטע ווערטער פאר די קינדער וואס פירן זיך נישט אזוי מיט דרך ארץ, און איר און די תלמידות וואס מאכן נישט קיין פראבלעמען, זיי פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ - באקומען נישט קיין גוטע ווערטער.
איר זענט גערעכט, הונדערט פראצענט גערעכט, אייך קומט נאך מער גוטע ווערטער און מער קאמפלימענטן פארן זיין די איידלסטע מיידל און קלאס און זיך אזוי שיין אויפפירן מיט דרך ארץ, איך וועל רעדן מיט אייערע לערערינס מען זאל אייך געבן נאך מער גוטע ווערטער.
איך וויל אייך אבער דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט ביים רבינ'ס טאכטער, די צדיקת אדל. זי האט באקומען א בריוו פון איר טאטע - דער הייליגער רבי - מיט גאר שיינע טיטלען, ווען זי האט געליינט די בריוו האט זי געוויינט, זי האט געזאגט: "איך האב געהערט פון טאטן אז ווען א מענטש איז אין א קטנות הדעת דארף מען אים אויסרימען און אויסלויבן, און אז איך זע אז מיין טאטע שרייבט מיר אזעלכע טיטלען איז א סימן אז איך בין בקטנות הדעת"; דאס איז אן ענטפער פארוואס מען געבט איינעם מער גוט ווערטער און איינעם ווייניגער גוטע ווערטער און קאמפלימענטן.
שטארקט זיך ווייטער מיט אייער דרך ארץ און זייט פון די תלמידות וואס רעדן נישט ווען א טיטשער רעדט, און פאלגן אלעס די טיטשער - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן, און איר וועט מצליח זיין אין לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.