בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער איז בעסער אין רעגירונג, די רעכטע אדער די לינקע?
אמונה, בין המצרים, נייעס, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט שטייען מיר בעקבתא דמשיחא, מען הערט די נייעס וואס טוט זיך מיט די לענדער ארום די וועלט, יעדער שרייט אני אמלוך. אין אמעריקא, אויך ביי די מדינה של גיהנום - שרייען די רעכטע: "מיר פירן עס ריכטיג", און די לינקע שרייען: "מיר האלטן די וועלט"; מען פארגעסט פונעם אייבערשטן אז ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס; עס איז ממש וואס דער רבי האט שוין פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה), פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון מינות און אפיקורסות, מען וועט פארגעסן פונעם אייבערשטן.


דאס איז אויף וואס מיר קלאגן, אז דער בית המקדש ווערט יעדן טאג פון פריש חרוב, דער בית המקדש - דאס איז די מח מחשבה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.) ווער עס האט דעה איז ביי אים דא א בית המקדש; דער בית המקדש איז ווען מען טראכט פונעם אייבערשטן, מען ווייסט אז עס איז דא א באשעפער; און אז מען ליגט אין די נייעס, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען ווערט באזארגט ווער גייט זיין פרעזידענט, וועט אמעריקא זיין שטערקער פון רוסלאנד, און וואס וועט זיין מיט טשיינע, און אויב קארעא וועט שיסן וכו' וכו'; מענטשעלע מענטשעלע, דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס; מען קען נישט בייגן קיין פינגער נאר אז ער זאגט, מען קען נישט רירן קיין האנט און פוס נאר אז ער זאגט, מען קען נישט בייסן די עסן מיט די ציין - נאר אז ער הייסט.


די וואך שבת איז שבת חזון, מען זאגט די הפטורה פון חזון ישעיהו. עס איז דא מקומות וואס מען וויינט שבת, מען קרעכצט וכו', ביי אונז מאכט מען נישט קיין שום אבילות שבת חזון, מען זינגט לכה דודי אזוי ווי אלע וואכן, און מען ליינט די פרשה אזוי ווי אלע וואכן, מען זינגט נישט דעם פסוק (דברים א, יב): "אֵיכָה אֶשָּׂא לְבַדִּי" מיטן ניגון פון איכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.