בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער האט דיך אזוי פארדרייט מיט אזעלכע פארדרייטע שיטות?
שלום בית, חסידות ברסלב, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין ווייב בעט נאכאמאל איך זאל רעדן צו דיר, זי שרייבט אז עס קען אריבערגיין א גאנץ יאר און דו דרייסט זיך ארויס מיט תירוצים וכו', דורכאויס די יאר לעבט מען נישט אינאיינעם וכו'; זי בעט מיר איך זאל רעדן צו דיר.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, דער זעלבער באשעפער וואס האט געזאגט מיר זאלן אנטון תפילין, אנטון ציצית און היטן שבת, זאגט אונז מיר זאלן פרייליך מאכן די ווייב וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים עב:): "חייב לשמח אשתו בדבר מצוה", מען דארף פרייליך מאכן די ווייב מיט וואס דער אייבערשטער הייסט, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רמ, סעיף א) אז מען זעט ביי די ווייב, "שהיא משדלתו ומרצה אותו ומקשטת עצמה לפניו, כדי שיתן דעתו עליה - חייב לפקדה"; איז וואס איז די פשט אז דו לויפסט אוועק פון שטוב יעדע מאל מיט אן אנדערע תירוץ?


דיין ווייב שרייבט, זי ווייסט נישט וואס צו טון, פון איין זייט האט זי דיך ליב, זי ווייסט דו ביסט ערליך, דו לערנסט, דו דאווענסט, און אויך ווען דו גייסט אוועק פון שטוב גאנצע נעכט - גייסטו צו מקומות הקדושים וכו' וכו', אבער זי טענה'ט זי דארף א מאן, זי דארף נישט קיין מלאך.


טייערע ליבער ... נרו יאיר, ווער האט דיך אזוי פארדרייט מיט אזעלכע פארדרייטע שיטות? ווער האט דיר געלערנט פרישות? ביסט דאך מקורב צום הייליגן רבי'ן, דו זיצט ביים הייליגן רבינ'ס שטוב - וואס האט אונז אנגעווארענט נישט צו האבן מיט די חומרות ופרישות, נאר זיך פירן בדרך התורה. נעם דיין הדרכה פון די הייליגע תורה; ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש, איך האב געבעטן מוהרא"ש זאל מיך מדריך זיין וכו', האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "ווען דו לערנסט גמרא און מדרשים - קוק ווי די הייליגע חכמים האבן געלעבט", שפעטער האט מיר יא מוהרא"ש געלערנט ווי צו לערנען מיט חתנים און אברכים. קוק וואס די הייליגע חכמים זאגן, ווי דער הייליגער רב האט געלעבט אין שטוב (חגיגה ה:), ווי רבא האט געלעבט (שבת פו.; כתובות סה.), ווי רב חסדא האט מדריך געווען זיין שטוב (שבת קמ:).


טייערער ברודער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "אמר רבי יהושע בן לוי, כל היודע באשתו שהיא יראת שמים", ווער עס האט אן ערליכע פרוי, אן איידעלע פרוי מיט יראת שמים, "ואינו פוקדה", און ער שיידט זיך אפ פון איר – "נקרא חוטא", ווערט אנגערופן א זינדיגער מענטש.


איך בעט דיר נאכאמאל, טו די רצון השם, לעב מיט דיין ווייב - וועט דיר גוט זיין. דו ווייסט וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן יג) אויב מען פארפעלט צו געבן פאר די ווייב וכו' און די ווייב האט פון דעם צער - באקומט מען א שטראף חס ושלום. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן, (כתובות סב:) רבא האט געהאט א תלמיד רב רחומי, איינמאל האט רב רחומי זיך פארלערנט און נישט אהיים געקומען, זיין ווייב האט געווארט און געווארט, זי האט געטראכט: 'השתא אתי', יעצט קומט ער שוין, זי האט געזאגט "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין, און ער איז נישט אהיים געקומען. עס האט איר זייער וויי געטון, "אחית דמעתא מעינה", זי האט אראפגעלאזט א טרער פון אירע אויגן און ער האט באקומען אן עונש, ער איז געשטארבן; זעט מען פון דעם דאס הארבקייט פון נישט געבן אין שטוב וואס מען איז מחויב, עס איז זייער הארב.


ביסט אן ערליכער איד, וויל איך דו זאלסט זיך פירן מיט די תורה, נישט מיט קיין פארדרייטע שיטות.


איך האף דו וועסט פאלגן וואס שטייט אינעם בריוו, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.