בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן, שפירט די זיסע טעם פון גן עדן
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך צו הערן אז איר האט שוין געענדיגט ספר תהילים איבער הונדערט מאל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח צו מגדל זיין די קינדער געזונטערהייט; איר זאלט זען אסאך אידיש נחת פון זיי אלע.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן - שפירט דא אויף די וועלט די זיסע טעם פון גן עדן, עס וועט ליכטיג, די גאנצע לעבן איז זיס און געשמאק.


וואויל איז דעם וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן.