בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער עס היט שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות
שבת קודש, תשובה, קידוש ה'

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט תשובה געטון און דו היטסט שבת קודש, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות, אפילו ער איז זייער זינדיג און ער האט געדינט עבודה זרה רחמנא לצלן; ווען א מענטש איז זוכה און ער היט אפ דעם הייליגן שבת ווארט אים זייער א גרויס שכר בזה ובבא.


בנוגע שטארבן אויף קידוש השם וכו'; עס איז דא נאך א גרויסע מדריגה, דאס איז צו לעבן אויף קידוש השם. ווען עס קומט דיר אריין אין קאפ מחשבות פון שטארבן אויף קידוש השם זאלסטו זיך פארנעמען אז דו גייסט פון היינט אן לעבן אויף קידוש השם, אלע דיינע מעשים זאלן זיין נאר צו הייליגן דעם אייבערשטן, אלע דיינע דיבורים זאלן זיין מיט'ן כוונה אריין צו ברענגען אין נאך מענטשן אמונה.


שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר; זיי פרייליך אז דו האסט תשובה געטון און דו פירסט זיך מיט די תורה. מיט שמחה וועסטו ארויס גיין פון אלע דיינע פראבלעמען; אז דו וועסט זיין פרייליך וועסטו זען ווי דו גייסט ארויס פון אלע שוועריקייטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", דורך שמחה גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.