בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער עס צאלט שכר לימוד, וועט זען שיינע נחת
שכר לימוד, קעמפ, חסידות ברסלב, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת בלק, ח' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שכר לימוד איז די ערשטע זאך וואס מען דארף צאלן, שכר לימוד איז נישט די לעצטע זאך, עס איז נישט גערעכט; איך דארף צאלן מלמדים, טיטשערס, זיי לערנען מיט דיינע קינדער; זיי מוזן ווערן באצאלט אין צייט.


איך האב אראפגענומען פון אנשי שלומינו די גרויסע קאסטן פון צאלן קעמפ. אזא זאך איז נאכנישט דא אין אנדערע קהילות; מענטשן צאלן פאר יעדע קינד שווערע טויזנטער דאלער פאר די זומער וואכן. איך וויל נישט שווער מאכן פאר אנשי שלומינו, מיר בעטן דאפלט שכר לימוד פאר די צוויי חדשים פון זומער, זאל מען דאס באצאלן אין צייט.


דער עיקר ביי אידישע קינדער דארף זיין חינוך הבנים; מיר וואלטן אליין געדארפט זיצן א גאנצן טאג מיט די קינדער לערנען תורה, נאר וואס דען? מען שטעלט א שליח; מען מאכט די מלמדים פאר שליחים זיי זאלן לערנען, דארף מען באצאלן.


דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען שיינע נחת. אזוי ווי דער היילעגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט געפרעגט די הנהלה פארוואס נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד, אזוי ווי מען צאלט אנדערע זאכן, ווי לעקטער און גאז, וכדומה; האט מען אים געזאגט, ווייל די אנדערע זאכן אז מען צאלט נישט - האקט מען אפ; אז מען צאלט נישט קיין לעקטער - האקט מען אפ די לעקטער, אז מען צאלט נישט קיין געז - האקט מען אפ די געז, האט זיך דער הייליגער רבי אנגערופן: "ווער זאגט אז ביי שכר לימוד איז נישט אזוי? ביי שכר לימוד האקט מען אויך אפ די סייעתא דשמיא פון הימל פאר די קינדער זיי זאלן מצליח זיין און אויסוואקסן ערליכע אידן".


האב נישט צוטון מיט לצים, און טענה זיך נישט מיט קיינעם; בעיקר געב זיך אכטונג פון די צבועים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כב): "הִזָּהֲרוּ מִן הַצְּבוּעִים", געבט זיך אכטונג פון די וואס זעען אויס ווי פנחס און טוען מעשה זמרי; די אלע וואס שפעטן פון לערנען און שפעטן פון צדיקים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן אויף די וועלט, מעגן זיי זיך דרייען צווישן אונז און טראגן דעם נאמען ברסלב'ער חסיד (הינט) - די זענען בעלי עבירה, גרויסע נואפים; עס מאכט נישט אויס ווי אזוי זיי שטעלן זיך אהער פון אינדרויסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.