בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאג דיין ווייב אז עס איז נישט כדאי זי זאל רעדן מיט די פרוי
חברים, לשון הרע, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


האסט מיר נעכטן דערציילט אז דיין ווייב רעדט מיט ..., וויל איך דיר זאגן, פאר דיין טובה, געב זיך אכטונג; זאג דיין ווייב אז עס איז נישט כדאי זי זאל רעדן מיט די פרוי. ווייל דער הייליגער רבי נתן זאגט: "שמעתי מאדמו"ר", איך האב געהערט פון רבי'ן, "חסיד שנפל", א חסיד וואס האט זיך אפגעקילט, "גרוע ממשומד", איז ערגער פון איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט.


מיט איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט רחמנא לצלן וואלט מען נישט געשמועסט, מען וואלט זיך זייער אכטונג געגעבן; זאגט דער רבי, נאך אסאך מער דארף מען זיך אכטונג געבן פון א חסיד שנפל.


יעצט וועסטו פארשטיין דאס געוויין פון רבי נתן וואס האט געוויינט: "די בחירה איז אזוי גרויס, מען האט געגעבן אזעלכע כוחות פארן סמ"ך מ"ם, אזוי צו קענען פארשטעלן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט".


ווייז דעם בריוו אין שול פאר אלע דיינע חברים, ווייל אלע דארפן די חיזוק.


א גוט שבת.