בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאגט מיט א שטארקייט פאר די לערערינס וואס זיי האבן צו טון
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


האט נישט מורא צו זאגן פאר די טיטשערס וואס זיי האבן צו טון; לייגט אין די זייט אלע געפילן, ווערט שטארק און זאגט זיי אן קיין שום מורא וואס זיי האבן צו טון.


א טיטשער טאר נישט איבערלאזן די קינדער; אז איר זעט א טיטשער שפילט ארום, זי נעמט נישט ערנסט איר ארבעט - זאלט איר זי זאגן, און אז איר זעט זי שפילט זיך ווייטער ארום, דעמאלט וועל איך נעמען א צווייטן טיטשער.


ספעציעל ביי יונגע קינדער; יונגע קינדער טאר מען נישט איבערלאזן אפילו פאר איין מינוט, מען דארף אנגרייטן נאך א טיטשער זאל זיין מיט די קינדער אין די צייט וואס די טיטשער נעמט לאנטש, ווייל יונגע קינדער טארן נישט זיין אליין.


אזוי אויך קענען די טיטשערס נישט האבן קיין טעלעפאן; עס איז נישט גענוג פאר מיר דאס וואס מען האלט עס אינדרויסן, ווייל די וואס האבן טעלעפאונס - די טראכטן פון דעם, זיי גייען שטענדיג שטילערהייט צום טעלעפאן געבן א בליק אפשר האט איינער געשיקט א מעסידזש, די קאפ איז נישט ביי די קינדער.


די טיטשערס דארפן קומען אנגעטון איידל, אויף דעם זאלט איר זייער מקפיד זיין; וואס וועט איר האבן פון רעדן צו די קינדער פון איידל און באשיידן ווען די טיטשער קומט אנגעשמירט ווי א קלאון? מען קען נישט מחנך זיין קינדער אויב די לערערינס און די מלמדים פירן זיך אנדערש פון וואס מען וויל פועל'ן; עס איז נישט די שיעורים וואס מען געבט, עס איז דער מענטש וואס זאגט דאס; אז מען קוקט אויפ'ן רבי'ן, אויפ'ן טיטשער - דארף מען שוין אליינס זען ווי אזוי זיך צו פירן.


מוהרא"ש טייטשט (חסדי אבות על מסכת אבות א, ג) וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן כסדר אין פרקי אבות: "הוּא הָיָה אוֹמֵר", וואס איז דער לשון 'ער האט געזאגט?' זאגסט דאך זיין נאמען פאר דעם, וואס זאגט מען אלץ איבער "הוּא הָיָה אוֹמֵר" - ער האט געזאגט? נאר דאס מיינט מען צו זאגן אז דער תנא - זיין מהות האט אליינס געזאגט דאס וואס עס שטייט, ער האט געהאלטן ביי דעם וואס ער האט געזאגט; נישט ער האט סתם געזאגט א שיינע מדה, א שיין ווארט. "הוּא הָיָה אוֹמֵר" - בלויז אים אנקוקן האט שוין אליינס געזאגט וואס ער האט געוואלט אריין ברענגען אין זיינע תלמידים.


איך בעט אייך זייער, ווען עס קומט צו די חינוך פון אונזערע קינדער זאלט איר זיין שטארק ווי אייזן; איר זאלט נישט מורא האבן פון פארלאנגען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.