בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאגן און זאגן ביז קינדער הויבן אן דערהערן
חינוך הילדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין טאכטער ... זאלסטו אויסלערנען צו מקרב זיין די מיידלעך וואס האבן נישט מיט וועם צו שפילן; לערן איר אויס גוטע מידות, אידישע מידות, רחמנות האבן אויף קינדער וואס קיינער וויל נישט מיט זיי שפילן.


מיט איין מאל זאגן קען מען גארנישט ערווארטן, מען דארף זאגן און זאגן ביז קינדער הויבן אן דערהערן, ביז די קינדער פארשטייען וואס איז חשוב און וואס איז וויכטיג.


עס איז דא א מיידל ביי איר אין קלאס וואס שרייבט מיר אז זי האט נישט קיין חבר'טעס, זי האט נישט מיט וועם צו שפילן, זאלסטו אויסלערנען דיין טאכטער זי זאל זיין די חבר'טע פאר די מיידלעך וואס האבן נישט מיט וועם צו שפילן.


ביי די שבת סעודות זאלסטו רעדן צו די קינדער וואס שטייט אין זוהר (בהעלותך, קנב.), אז א טיפש קוקט אויף די קליידער, א חכם קוקט וואס איז אונטער די קליידער; אונטער די קלייד איז דא א אידישע נשמה וואס קומט פון אייבערשטן, פון כסא הכבוד; אויף דעם דארף מען קוקן, נישט אויף וואס פאר א קליידער מען טוט זיך אן, טייער אדער ביליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.