בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאגן גוטע ווערטער פאר'ן מלמד און מנהל
חינוך הילדים, שלום

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוס אויפן מלמד, ווי מיט חכמה האט ער געמאכט אז די קינדער האבן אזוי שטארק ליב פרשת משפטים און נישט אז דאס איז עפעס א פרשה וואס מען וויל אנטלויפן דערפון.


איך האף אז ענק געבן איבער די גוטע גריסן פארן מלמד אליין און אויך פארן מנהל, ווייל איך ווייס נישט אויב ענק ווייסן ווי שווער א מלמד און א מנהל ארבעטן, און על פי רוב קומען אן בעיקר די קריטיק און טענות; איז זייער וויכטיג צו געבן א גוט ווארט.


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל ביים אסיפת הורים ומורים, איך האב נאכגעזאגט פון מיין באבע רחל לאה עליה השלום, זי פלעגט זאגן: "זאג ליגנט, זאג גוט"; דאס איז וואס דער רבי זאגט אין ספר המדות, די צווייטע סימן אין אות אמת: "מותר לשנות מפני השלום"; מיר האבן גערעדט ביי די אסיפה אז מען זאל זאגן פארן זון'ס מלמד א גוט ווארט, אפילו עס איז ליגנט, למשל "מיין זון האט זייער ליב זיין רבי", אדער "מיר זענען זייער פרייליך די יאר אז אונזער זון האט א גוטע מלמד"; ווייל די גוט ווארט וועט אלעס איבערדרייען לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.