בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאגן הלל הויך אויפ'ן קול
תודה והודאה, פסח, הלל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ווען דו זאגסט הלל זאלסטו זאגן אויפן קול, דורכדעם וועסטו קומען צו ליב האבן דעם אייבערשטן. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות אהבה, סימן ח): "עַל יְדֵי אֲמִירַת הַלֵּל בְּקוֹל גָּדוֹל", דורך זאגן זייער הויך הלל, "זוֹכִים", איז מען זוכה, "לְאַהֲבַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ".


אויך איז מען זוכה דורך זאגן הלל צו ווערן אפגעהיטן פון אלע פיינט. אזוי זאגט דער רבי (שם אות מריבה, סימן ח): "עַל יְדֵי קְרִיאַת הַלֵּל", דורך זאגן הלל, "יוֹשִׁיעַ לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מֵאוֹיְבֶיךָ", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן פון די פיינט; ווייל דורך זאגן הלל ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן, קען שוין נישט געשען קיין שלעכטס.


ביים סדר נאכט זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען אויף וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, "מקימי מעפר דל", ער האט מיך אויפגעהויבן פון בלאטע, "מאשפות ירים אביון", וואו בין איך געווען? וואו בין איך געלעגן? אין די מיסט, אין די טומאה, "להושיבי עם נדיבים", היינט בין איך זוכה צו זיין ביים רבי'ן, זיצן אינאיינעם מיט די צדיקים, "ההפכי הצור", מיין פארשטיינערטע הארץ האט דער אייבערשטער איבערגעדרייט "אגם מים" – צו תורה ותפילה.


אשרינו אשרינו.


א פרייליכן יום טוב