בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאלסט מקפיד זיין צו דאווענען אלע תפילות דוקא במנין
תפילה והתבודדות, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך שרייב דיר די בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס. איך זיץ יעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל נעמען אביסל פון איר הייליגקייט וואס מען איז זוכה דורכ'ן זיין דארט; אמונה, אריכות אפים, תיקון הברית, ועוד.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט מקפיד זיין צו דאווענען אלע תפילות דוקא במנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאוונט; אז מען דאוונט מיט מנין איז אן עת רצון אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן, נאך זאגן חז"ל (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאוונט. פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך שטייט נאכדעם (תהלים עח, לח): "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאוונט ביחידות קוקט מען נאך דעם גאנצן דאווענען אויב מען האט אינזין יעדעס ווארט, מה שאין כן ווען מען דאוונט בציבור דעמאלט, "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', ווערן אנגענומען די תפילות אפילו אן כוונה.


דו האסט א שטארקע עקשנות, זאלסטו דאס נוצן בקדושה; זיי אן עקשן צו דאווענען אלע תפילות מיט מנין וועסטו האבן פרנסה בשפע.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; יעצט ווען איך פאר צו מקומות הקדושים וועל איך דאווענען פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...