בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#95 - פירט אזוי שיין די שול אין ירושלים
התחזקות, מוסדות, מנין

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק שמואל פרענקל נרו יאיר, ירושלים


מזל טוב פאר דיין ערשטע אייניקל, איך בין אזוי פרייליך צו הערן די פרייליכע נייעס אז דו ביסט געווארן א זיידע; מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען ווייטער שמחות ביי אלע דיינע קינדער, ערליכע אידישע דורות, אינאיינעם מיט דיין בני בית געזונטערהייט.


אויך א גרויסן יישר כח פארן פירן אזוי שיין די שול אין ירושלים, די גריסן זענען זייער שטארק, ווער עס קומט אריין אין שול א דורשטיגער ווערט אנגעטרינקען מיט חיזוק.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און אויך געב א גרוס פארן צווייטן גבאי'ן, ישראל יוזשעף נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - פארבעסערן די שלום בית אין חודש אלול
שלום בית, תשובה, מנין, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, חודש אלול קען מען פועל'ן גרויסע זאכן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז חודש אלול איז מסוגל פאר א שידוך, ווייל סוד כוונת אלול איז (ישעיהו מג, טז): "הַנּוֹתֵן בַּיָּם דָּרֶךְ" וכו'.


אויך איז חודש אלול מסוגל צו האבן שלום בית, ווייל דורכדעם וואס מען טוט תשובה – ווערט די ווייב איבערגעדרייט צום גוטן, בבחינת "זכה, עוזרתו"; די גאנצע שלום בית איז געוואנדן אין קדושת היסוד, אויב מען איז פוגם חס ושלום, אפילו מען האט געטראפן א שידוך – איז נישטא קיין שלום בית, בבחינת: "לא זכה, כנגדו"; וואס דער מאן וויל – וויל די פרוי פארקערט פון אים, און מען קריגט זיך טאג און נאכט.


דערפאר, יעצט אין חודש אלול קען מען זוכה זיין צו באקומען אן אמת'ע שלום בית דורכדעם וואס מען טוט תשובה, מען פאררעכט וואס מען האט פוגם געווען, דורך זיך היטן די אויגן, נישט קוקן קיין עבירות, און נישט טון חס ושלום קיין עבירות, און דער עיקר – דורך זיך מאכן א שיעור קבוע צו לערנען יעדן טאג תורה, און מקפיד זיין צו דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה און מעריב מיט מנין דוקא, און דורך פארמערן צו טון גמילת חסד מיט אנדערע, בפרט אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, העלפן די ווייב, זיך נישט זוכן תירוצים ארויסצוגיין פון שטוב – דאן באקומט מען צוריק די שלום בית.


דער הייליגער רבי האט אונז זייער גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן רסד), אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף איר, ווייל זיי גייען אריבער אזויפיל צער אין לעבן מיטן ברענגען קינדער און מיטן ערציען די קינדער; מען מוז מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו איר, און זיך נישט טענה'ן, און חס ושלום נישט טשעפען, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ, שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, ווייל די נאטור ביי ווייבער איז אז זיי וויינען שנעלער, און דאס איז א גרויסע פגם השם ישמרינו.


א כתיבה וחתימה טובה.

#93 - מיטהאלטן אינפארמאציע פון שטעטל, אן קיין טעקסט
צניעות, מוסדות, טעלעפאן, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב ליבערטי


איך בין זיך אזוי מחיה צו זיין די זומער וואכן אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, איך ווער אזוי פרייליך יעדן טאג, מער און מער, צו מיטהאלטן פון די נאנט דאס שיינקייט און דאס ערליכקייט פון אנשי שלומינו.


א שטיק צייט צוריק זענען געקומען צו מיר משפחות אז זיי ווילן נישט האבן אויף די טעלעפאן קיין טעקסט מעסעדזשעס, זיי האבן געזאגט, וואס זאלן מיר טון אז אלע הודאות פון שטעטל ווערט געשיקט אויפן טעקסט מעסעדזש, און אז זיי האבן נישט קיין טעקסט מעסעדזש, פאלן זיי ארויס, זיי ווייסן נישט די אלע זאכן; ווען עס איז דא צאמקום ביי די פרויען, און ווען געשעפטן קומען פארקויפן, שמחות וכדומה; האבן מיר דעמאלט געמאכט א פרויען טעלעפאן וואס מעלדט אלע הודאות פאר משפחות.


יעצט זענען געקומען צו מיר חשוב'ע אינגעלייט וואס זיי האבן א גדר, זיי האבן נישט קיין טעקסט אויף זייער טעלעפאן, און זיי פרעגן ווי אזוי קענען זיי מיט האלטן די שמחות אין שטעטל, און די זמנים ווען מען דאוונט אין שטעטל, און אזוי ווייטער; וויל איך דיר בעטן אפשר איז כדאי צו מאכן א טעלעפאן וואס רופט אן און מעלדט אלע זאכן וואס איז נוגע אויך פאר די מענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - רעד נישט ביים דאווענען, וועסטו ארויסגיין מיט גרויסע רווחים
צדקה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אז דו וועסט נישט רעדן ביים דאווענען, דו וועסט מכבד זיין די שול – וועסטו ארויסגיין פון די פלאנטער אין וואס דו ביסט אריינגעפאלן וכו'; נישט נאר דו וועסט נישט האבן קיין שאדן, נאר דו וועסט נאך ארויס גיין מיט גרויסע רווחים, נאר בתנאי אז דו ביסט מקבל מער נישט צו רעדן אין שול.


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכן קאמפיין פון 'אנשי חיל', איך גיי מיר איבער די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, זע איך אז פון אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון פופציג טויזנט דאלער, דאס איז נאר פון גיין נאך געלט ביי די קאמפיינס, אויס וואס דו האסט מיר נאך גאר אסאך געהאלפן במשך אלע יארן, און איך האף אז דו וועסט מיר אויך די יאר העלפן מיט גיין נאך געלט, מיך ארויסנעמען פון די חובות וואס איך האב זיך אנגעמאכט נאר פאר אנשי שלומינו, און אויך רעדן צו אנשי שלומינו זיי זאלן נישט חוזק מאכן פון די קאמפיין, איך נעם עס זייער פערזענליך.


נאכאמאל, אז דו וועסט מקבל זיין נישט צו רעדן אין שול, און נישט זיצן ביי די טיש וואו מען שמועסט און מען קופקעט – וועסטו זען א גרויסע ישועה.

#91 - גיי אין שול, אפילו עס איז דיר נישט באקוועם
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, מברכין החודש, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען זיין פרייליך שבת, הייליגער באשעפער, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, הייליגער באשעפער, העלף מיר, געב מיר שטארקע נערוון, איך זאל נישט ווערן צעדרודלט און צעשטרודלט פון מיינע קינדער און פון מיין טייערע ווייב".


די וואך שבת איז א ספעציעלע וואך, מיר ענדיגן ספר במדבר, און מיר גייען שרייען אין שול: "חזק חזק ונתחזק!" מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר: פארוואס זאלסטו נישט יעדן טאג לערנען אביסל חומש, שנים מקרא ואחד תרגום; טייל היינט די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, וועסטו זוכה זיין אז דו וועסט האבן א הייליגע מח.


מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים, אז ווער עס לערנט יעדן טאג חומש רש"י - פארטרייבט דעם יצר הרע; דאס איז אויסער דעם וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, וואס די הייליגע חכמים זאגן אין מסכת ברכות (ח.): "כָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו".


דאס איז א חיוב, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף א). "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם", א מענטש איז מחויב יעדע וואך צו לערנען שנים מקרא ואחד תרגום פון די פרשה פון די וואך, "שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר", ווייל יעדער איינער וואס איז מעביר סדרה די פרשה פון די וואך - "מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", איז זוכה צו האבן אריכות ימים.


בלייב נישט אין שטוב שבת, גיי אין שול דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות (אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת", ווער עס האט א שול אין זיין שטעטעלע, "וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל", און ער גייט נישט דאווענען, "גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", איז ער גורם פאר זיינע קינדער א גלות לעבן; די קינדער וועלן זיך וואלגערן, די קינדער וועלן נישט האבן קיין אידישע ערליכע געזונטע לעבן, און אפילו עס איז דיר שווער, די זמן איז שפעט, עס איז פון די שפעטסטע זמנים אין יאר, און עס קומט אויס אז מען דאווענט גאר שפעט, און דו שפירסט אז דו ווילסט דיך נאר אביסעלע צולייגן, און נאכדעם בלייבסטו שלאפן אינדערהיים; טו דאס נישט, גיי אין שול דאווענען, גיי אין שול אפילו עס איז הייס, גיי אין שול אפילו עס איז דיר נישט באקוועם, גיי אין שול אפילו דו האסט נישט קיין חברים דארט, גיי אין שול פאר דיר, פאר דיין נשמה, פאר דיין נצחיות און פאר דיינע דורות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


אויך ביי די סעודה ווען דו זיצט מיט דיינע קינדער זאלסטו זען אז עס זאל זיין זייער פרייליך, געב זיך אכטונג אז עס זאל נישט זיין אנגעצויגן, אז דיינע קינדער זאלן ליב האבן שבת, ליב האבן דיך, ליב האבן די משפחה.


זאלסט האבן א פרייליכע ליכטיגע שבת!

#90 - די שטעטל זאל זיין אן ערליכע חסידי'שע שטעטל
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס וואס איז דא ביי ענק.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מקפיד זיין צו קומען אין שול אנגעטון מיט א הוט און א רעקל, זיי מכבד דעם אייבערשטנ'ס הויז, וועט דער אייבערשטער דיך מכבד זיין, עס וועט קומען צו דיר ברכות און ישועות.


אויך זאלסטו נישט שטיקלען דאס דאווענען, הייב אן פון "אדון עולם" ביז "אדון עולם", שנייד נישט אויס קיין שום זאך.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, לערן די בריוון בקול, ליין יעדע בריוו ווי א פריוואטע בריוו וואס מוהרא"ש האט שרייבט דיר פערזענליך – וועסטו קיינמאל נישט פאלן, דו וועסט אלץ זיין אין א גוטע גיסטע, פיל מיט חיות.


העלף מיר בויען די שטעטל עס זאל זיין אן ערליכע חסידי'שע שטעטל, קום אין שול אנגעטון מיט א הוט און א רעקל.

#89 - ברודער באניי זיך, קום צו די שיעורים
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך בעבודת השם, שטארק זיך מיט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין - האט מען א דבר שבמנין (געלט).


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג משניות, איין טאג וועלן מיר זען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, ווען מיר וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן, מען וועט אונז אוועק טראגן אין פעלד, מען וועט אויפגראבן א קבר און אונז באערדיגן, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון דער וואס האט געלערנט משניות; די פרקים משניות וועלן טון די ארבעט פאר אונז, זיי וועלן אונז היטן פון די ווערעם און מייז, עס וועט אונז היטן פון די מלאכי חבלה ה' ישמרינו.


אויך זאלסטו קומען צו די שיעורים פון דער ראש ישיבה, דו וואוינסט אין שטעטל, און ווי לאנג די יאר איז - זעען מיר זיך נישט; איך זע אז מען קען זיין נאנט און מען איז זייער זייער ווייט, און מען קען זיין ווייט (וואוינען אין אן אנדערע לאנד) - און מען איז נענטער ווי די וואס וואוינען אין שטעטל; ברודער באניי זיך, קום צו די שיעורים, בפרט צו די ליל שישי שיעור, וועסטו הערן אזעלכע זיסע עצות וואס וועט דיך ברענגען נאנט צום אייבערשטן אין צו אלעם גוטס.

#88 - מיט'ן רעדן ביים דאווענען מאכט מען פאר אלע שאדן
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, אז מען רעדט ביים דאווענען מאכט מען זיך שאדן, מען מאכט זיך אליינס שלעכט, די תפילות ווערן געלייגט אין א זייט, מען מאכט זיך אליינס שאדן.


רעד נישט אין שול; באזונדער בעט איך דיר אז ביי אונזער שול זאלסטו נישט רעדן, ביי אונז איז דא משפחות וואס דארפן גרויסע ישועות, אינגעלייט ווארטן אויף קינדער, עלטערן ווארטן אויף נחת, אזויפיל דארפן א ישועה אין פרנסה; און מיטן רעדן ביים דאווענען מאכט מען פאר אלע שאדן, און איך אליינס דארף אויך ישועות.


איך בעט דיר זייער רעד נישט ביים דאווענען, און אז עס מאכט זיך א וויכטיגע זאך – זאלסטו גיין אין פאליש, גיי ארויס פון שול ערלעדיגן די זאכן.


ובחנוני נא בזאת, אז דו דארפסט א ישועה, דו ווארטסט אויף א ישועה; אז דו וועסט פארמאכן דיין מויל, נישט רעדן און נישט אויסהערן ווי אנדערע רעדן – וועסטו גלייך געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - קומען אין שול מיט דרך ארץ, מיט הוט און רעקל
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר געזאגט דו זאלסט זיך אנטון א רעקל ווען דו קומסט אין שול, וויפיל בריוון האט מוהרא"ש געשריבן פאר אנשי שלומינו מען זאל קומען אין שול מיט דרך ארץ אנגעטון הוט און רעקל, מיר דארפן פאלגן מוהרא"ש און וויסן אז עס איז א גרויסע אחריות, א שול איז א הייליגע פלאץ, מען דארף קומען אנגעטון מיט דרך ארץ. אין שוויץ גייט מען אויסגעטון, (נישט דו זאלסט גיין אין שוויץ), אין שול זאלסטו קומען מיט שיינע קליידער, מיט דיין הוט און רעקל.


טראסט מיך, איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער, דו ווייסט אליינס אז בדרך הטבע וואלסטו נאך געווען א בחור, דו ווייסט גאר גוט וואס איך האב דיר געטון; געברענגט א שידוך פון די שענסטע שטיבער, מאשפות ירים אביון, און אז דו וועסט מיך ווייטער הערן – וועסטו זוכה זיין להושיבי עם נדיבים, עם נדיבי עמו.


איך האב דיך ליב.

#86 - אלע צרות קומען פון רעדן ניבול פה
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ו' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיטן דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה און מעריב – מיט מנין.


שפרינג אריין אין שול, טאנץ אריבער די עצבות ומרה שחורה, ווייל נאר אז מען גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות – האט מען א שמירה צו זיין אן ערליכער איד, און טאקע דערפאר פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם מיט אלע כוחות אפצוהאלטן דעם מענטש נישט צו גיין אין שול, און אזוי אים אינגאנצן אוועק צו נעמען פון מחנה ישראל.


רעד נישט קיין ניבול פה, און אז מען רעדט צו דיר ניבול פה – זאלסטו נישט ענטפערן, האב נישט קיין שייכות מיט דעם. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לג.), אלע צרות קומען פון רעדן ניבול פה, און אמאל אפילו מען האט גע'חתמ'עט פארן מענטש א גוטע זאך פאר די קומענדיגע זיבעציג יאר, אבער דורך ניבול פה צערייסט מען די גוטע גזירה, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", אויך דער וואס הערט רעדן ניבול פה און שווייגט – ברענגט אויף זיך אלע צרות, השם ישמרינו.


ברוך ה' איך בין שוין ארויס פון שטאט, איך בין אין שטעטל פארן זומער, א מחי' צו זיצן צווישן די ביימער לערנען און דאווענען, זיך גרייטן פאר די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - פטור געווארן פון די טריפה'נע מיליטער
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר די גוטע בשורה אז דו ביסט פטור געווארן פון דארפן גיין אין די טריפה'נע מיליטער; פרעג א דיין אויב דו זאלסט בענטשן ברכת הגומל.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין.


געב א גרוס פאר דיין ברודער ..., זאג אים אז איך בענק זיך צו הערן פון אים, אמאל פלעגט ער מיר שרייבן בריוון, אמאל האב איך געהאט מיט אים מער שייכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - מיט'ן טון גוטס, פאלט ממילא אוועק דאס שלעכטס
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען א יסוד – מען זאל זיין פרייליך, זיך פרייען אז מען איז א איד, זיך פרייען אז מען איז נישט קיין גוי, זיך פרייען מיט די מצוות וואס מען טוט, מיט די ציצית, מיט די תפילין, און אזוי ווייטער.


ליבער ברודער, אנשטאט זיין פארנומען מיט אוועק נעמען די שלעכטס – זאלסטו עוסק זיין אין טון גוטס, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט, מיטן טון גוטס פאלט ממילא אוועק דאס שלעכטס (חיי מוהר"ן, סימן תמז), טון גוטס מיינט דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, זיך קובע זיין שיעורים אין די הייליגע תורה, און טון מצוות מיט שמחה.


קוק נישט אויף קיינעם, זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, דער תם האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה, וואס האט יענעמ'ס מעשה מיט מיר? איך דארף קוקן אויף מיר, זיך מחי' זיין מיט וואס איך האב"; וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די שכל פון זיך נישט מבלבל זיין פון א צווייטן, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים דאווענען
אמונה, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר, איך זע ווי שיין דיין התנהגות איז, דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מיט גוטע מידות, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט שנעל טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


זיי שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, דאווען מיט א סידור, לאז נישט אויס ביים דאווענען, דאווען פון אנהייב ביזן סוף, און ווען דו דאווענסט שמונה עשרה, ווען דו זאגסט די ברכה פון 'שמע קולינו' – זאלסטו מאכן א סטאנציע, זאלסט דארט בעטן אין דיין שפראך, אין אידיש – פאר א גוטע שידוך, מיט געזונטע ערליכע דורות. אויך זאלסטו בעטן פאר דיר, דו זאלסט זיין נאנט צום אייבערשטן, האבן ערליכע חברים, האבן אמונה, און אמונת חכמים, מען דארף אסאך בעטן אויף אמונת חכמים, מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס מען קען אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן, און ער איז מדריך דעם מענטש מיט גוטע עצות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א צדיק און זיך נישט שעמען צו פרעגן אלעס, און אפילו דו וועסט האבן בושה – זאלסטו האבן עזות דקדושה צו פרעגן, און אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אויך ביים סוף פון שמונה עשרה, ביי די תפילה פון 'אלקי נצור לשוני מרע', איידער דו טרעטסט אויס – זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ, בעט פאר קרבת אלקים, בעט אז דו זאלסט האבן א טעם, א געפיל – צו לערנען און דאווענען און טון מצוות.


טייערער ..., איך האב דיך ליב, איך וויל דיר שוין מאכן א שידוך, האלט דיך שטארק, גיי נאך די וועג פון דיינע עלטערן, דו האסט גאר טייערע עלטערן, דיין טאטע מאמע זענען ביי מיר זייער חשוב, ווען מען איז יונג ווייסט מען נישט אלעס, מען קען זיך טועה זיין, מען קען מיינען אז די עלטערן ווייסן נישט, איך זאג דיר, דיינע עלטערן זענען גאר חשוב, מאך זיי פרייליך, אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער דיך פרייליך מאכן.


שרייב מיר בריוון, וועסטו מיך מחי' זיין.

#82 - נישט שמועסן מיט קיינעם ביז נאך שחרית
דאווענען, מנין, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר, אויך מאמי תחי' האט זייער אסאך נחת פון דיר; דו געבסט אונז צו א שטיק געזונט מיט דיין גוטע אויפפירונג און מיט דיין יראת שמים.


שטארק זיך בעבודת השם, אינדערפרי פון ווען דו שטייסט אויף – ביז נאך שחרית – זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם; אינדערפרי איז די שענסטע צייט פונעם טאג, דעמאלט קען מען זיך גוט גוט מתבודד זיין, דעמאלט קען מען זיך גוט מיישב זיין מה התכלית מכל התאוות ומכל עולם הזה, וואס האט מען פון אלע תאוות און פון די גאנצע עולם הזה, 'נפקת בצפרא', אינדערפרי איז די אמונה ניי; זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביז נאך תפילת שחרית.


זיי געזונט, ביים דאווענען זאלסטו בעטן פאר מיר און פאר מאמי.


פון דיין טאטע, דיין ראש ישיבה, וואס האט דיך ליב.

#81 - חסידי'שע קליידער אויך אום זומער
אמונה, התחזקות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך, געב נישט אויף, וואס מיינסטו – מען האט פארגעסן פון דיר? עס קען זיין אז מענטשן האבן פארגעסן פון דיר, אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן פון דיר, מען האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך, זאלסט נאר נישט אויפגעבן, זאלסט זיך נישט נאכלאזן, בלייב שטארק בעבודת השם, גיי דאווען די דריי תפילות מיט מנין און לערן שיעורים בתורה.


בלייב משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן מיטן העלפן אין די מוסד, און בלייב אנגעטון מיט חסידי'שע קליידער, אויך זומער ווען עס איז הייס – זאלסטו זיך האלטן שטארק, גיי אנגעטון חסידי'שע קליידער; מען שוויצט נישט ווייניגער ווען מען טוט זיך אן ..., מען שוויצט נישט מער ווען מען גייט מיט ..., עס איז א דמיון, און אפילו יא – איז דאס נישט ריכטיג, בפרט יעצט ווען דו ווארטסט אויף א שידוך.


זיי פרייליך, טוט אלעס צו זיין פרייליך, שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות, און עצבות ברענגט צו די גרעסטע טומאה, טאנץ און שפרינג "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו..."

#80 - דער עיקר יחוס איז לערנען און דאווענען
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ... שליט"א


שטארק זיך זייער אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, דאס איז די יסוד פון אלעס, א איד אז ער גייט אין שול דריי מאל א טאג צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין – האט ער כח צו קענען עומד זיין אין די שווערע נסיונות וואס די צד הטומאה ברענגט.


מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות און גמרא, דאס איז די גרעסטע יחוס, אז מען לערנט און מען דאווענט; מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געהאט א יחוס בריוו ביז ארויף צו דוד המלך עליו השלום, און אמאל האט אויסגעבראכן א פייער אין שטוב און אלעס איז פארברענט געווארן, און דעם מגיד'ס מאמע האט זייער געוויינט, און דער מגיד האט איר געטרייסט אז דער אייבערשטער וואס האט אונז געגעבן די הויז וועט אונז געבן א צווייטע דירה, האט זי געזאגט: "איך וויין נישט אויף די הויז, איך וויין אז אונזער יחוס בריוו האט זיך פארברענט", האט דער מגיד געזאגט: "פון מיר וועט זיך אנהייבן א נייע יחוס, איך וועל דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען, און עס וועט ווערן אן עכטע יחוס"; ווייל דער עיקר יחוס איז דאס וואס מען לערנט און מען דאווענט, און מען טוט גוטע זאכן.


ברודער שטארק זיך.

#79 - נישט זיצן אין אפיס מער שעות ווי אין שול
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט קומען יעדע פארנאכטס צום דיינ'ס שיעור, א איד מוז האבן א שיעור יעדן טאג צו לערנען תורה, מען קען נישט זיצן אין אפיס מער שעות ווי מען איז אין שול, מען קען צוגרונד גיין אין אפיס ביים קאמפיוטער וכו'; נאר אז מען קומט אין שול, מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין, און מען האט שיעורים אין תורה – איז מען אפגעהיטן.


מענטשן רימען מיך אויס אז אין שטעטל זענען די אינגעלייט זייער סוקסעספול, מוצלחים וכו', און אז איך הער אז דער דיין געבט א שיעור און א מיעוטא דמיעוטא זיצן דארט – איז דאס ביי מיר נאכנישט אזוי סוקסעספול וכו'.


טייערער ברודער, קום אין שול מיט דרך ארץ, מיט הכנעה, און קום צום שיעור, און אז א גאנצן טאג ביסטו אין אפיס – זאלסטו זיך איינטינקען אינדערפרי און ביינאכט אין שול; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס.

#78 - עקשנות אויף קבלת התורה
אמונה, התחזקות, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, יעצט ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות זענען מיר נאכאמאל זוכה צו קבלת התורה, יעדער איינציגסטער איד איז נאכאמאל זוכה צו קבלת התורה; עס איז א צייט וואס מען באנייט זיך, מען הייבט אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים, און מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען אויסדערוועלט פון אלע פעלקער און מיר האבן באקומען די הייליגע תורה.


דער עיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן און נישט אויפגעבן אויף דיינע גוטע רצונות, די הייליגע חכמים זאגן (ביצה כה:), פארוואס האט דער אייבערשטער געגעבן די תורה פאר די אידן? "מפני שהן עזין", די טבע פון אידן איז אז זיי זענען אן עם קשי עורף, זייער שטארקע עקשנים, און דאס איז זייער א גוטע זאך ווען עס קומט צו עבודת השם, מען לאזט זיך נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט נישט ווי מען איז גלייך מצליח; ווייל עס גייט נישט אין איין מינוט, און אויך נישט אין איין טאג - צו ווערן אן ערליכער איד, א צדיק; עס נעמט א שטיק צייט, און אז מען איז נישט קיין עקשן, מען שטארקט זיך נישט צו בלייבן מיט די גוטע ווילן - פאלט מען אראפ און מען איז נישט מצליח צו אנקומען צו די הויכע הייליגע מדריגות, און דערפאר זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צריך להיות עקשן גדול בעבודת השם יתברך", מען דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת השם, נישט אפלאזן די גוטע ווילן און נישט אפטרעטן פון די גוטע קבלות וואס מען האט מקבל געווען, אפילו עס גייט אריבער וואס גייט אריבער וכו', ווייל נאר בזכות עקשנות האבן מיר מקבל געווען די תורה.


על כן ליבער ברודער, באניי זיך, הייב אן פונדאסניי זיין א איד, ניץ דיינע עקשנות אויף קבלת התורה, גיי אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און הייב אן פונדאסניי לערנען די הייליגע תורה, און הייב אן פונדאסניי היטן דיינע אויגן, האלט אן מיט עקשנות דיינע קבלות טובות פון היטן די אויגן און היטן די מחשבות. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב:), אויב מען האט צוטון מיטן יצר הרע וואס וויל אראפוואפן אין עבירות – "משכהו לבית המדרש", שלעפ אים אריין אין שול, "אם אבן הוא נימוח", אפילו דער יצר הרע איז הארט ווי א שטיין - וועט ער ביים סוף ווערן צעלאזט, "ואם ברזל", און אויב האסטו א שווערע ביטערע יצר הרע, אזוי ווי אייזן – "הוא מתפוצץ", וועט ער ווערן צעפיצלט; די בעסטע פלאץ וואו מען קען זיך באהאלטן - איז אין שול, אין כולל און אין ישיבה, דארט קען מען מקיים זיין וואס דער רמב"ם זאגט (פרק ו' מהלכות דעות, הלכה א): "יצא למערות ולחוחים ולמדברות", ווען מען זעט אז מען קען ווערן נאכגעשלעפט נאך שלעכטע דעות זאל מען אנטלויפן אין די מדברות; זאגן די הייליגע צדיקים, דאס קען מען מקיים זיין אין שול, אין ישיבה און אין כולל; דארט קען מען זיך באהאלטן פון ווערן נאכגעשלעפט פון שלעכטע דעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין קינד טוט דאס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


היינט איז א טאג וואס אלע בעטן פאר גוטע קינדער, מען לויפט צו קברי צדיקים, מען זאגט יום כיפור קטן און מען וויינט זיך אויס מיט תפילת השל"ה.


איך ווייס פון דיינע שווערע נסיונות, איך טראכט אן עצה פאר דיר, יעדע מאל דו ווילסט גיין אין קיאסק קוקן וכו' – זאלסט טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין זון אדער מיין טאכטער טוען דאס? ווי אזוי וועל איך רעאגירן? וואס וועל איך טון?'


וויסן זאלסטו, אלעס וואס דו טוסט, אפילו דו טוסט עס באהאלטענערהייט – וועט זיין פאר דיינע קינדער שווערע נסיונות, דאס וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיין – דאס דארפסטו טון.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ספר חלק ב, סימן ה): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים", ווער עס היט זיינע אויגן, "זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן ארויסגעבן ספרים, שרייבן חידושי תורה.


ליבער ברודער, יעצט ווען עס קומט די הייליגע יום טוב שבועות, פון יעצט זאלסטו מער נישט אריבערטרעטן די שוועל פון קיאסק, גיי מער נישט אהין, זיי מקבל די תורה; דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, האסט אזעלכע איידלקייטן, האסט אזא גוטע נאטור, מיט א הייליגע נשמה, האסט א וואוילע ווייב מיט זיסע קינדער, גיי מער נישט קוקן וכו', טו עס פאר דיינע קינדער; איך קען נישט טראכטן און איך וויל נישט טראכטן פון די צער וואס טאטע מאמע גייען אריבער ווען זיי זעען ווי די קינדער נעמען די סמארטפאון וכו', אדער גייען קוקן וכו'.


הייב אן משניות, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט דעם יום תהלים; די תורה וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, דו ביסט פשוט געפאנגען – איינגעשפארט אין תפיסה, אבער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, די עצות און חיזוק פון צדיק – קען מען ארויסגיין פון אלע תפיסות.

#76 - פארפאסט מנחה
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז דו פארפאסט אסאך מאל דאווענען מנחה; איך וויל דיר בעטן זאלסט אלעס טון עס זאל נישט פאסירן אזא זאך, אריבער גיין א טאג אן דאווענען די דריי תפילות; די וויכטיגסטע זאך אויף וואס דו זאלסט זיך פארלייגן - איז אויף דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג, און זיי מקפיד צו דאווענען מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.), אז מען דאווענט מיט מנין גייען ארויף די תפילות, אפילו דער מענטש איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, און אז מען דאווענט ביחידות דעמאלט קוקט מען דורך דעם מענטש ווער ער איז, אויב איז ער ווערד אז זיינע תפילות זאלן אנגענומען ווערן; נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ז:), ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; זאלסטו מקפיד זיין צו דאווענען מיט מנין.


זיי נישט מזלזל אין דעם ווייל דאס איז וואס האלט א איד ער זאל נישט פארפאלן גיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח), מחנה ישראל איז שחרית מנחה מעריב, די דריי תפילות האלט דעם איד ער זאל בלייבן ביי די קדושה און נישט אריינפאלן ביי די קליפות; די ערשטע צייט וואס מען קען דאווענען - דארף מען דאווענען (שיחות הר"ן, סימן לא), ווען מען שטייט אויף אינדערפרי - איז די ערשטע זאך שחרית, און נאכמיטאג - ווי נאר מען קען דאווענען מנחה - דארף מען גיין דאווענען, און אויב מען שטופט עס אפ קען מען חלילה פארפאסן א תפילה וואס איז מעוות לא יכול לתקן (ברכות כו.; שלחן ערוך אורח חיים סימן קח, סעיף ז).


מענטשן מיינען אז צו זיין א דערהויבענער איד דארף מען טון עפעס דערהויבענע זאכן, מען זוכט עבודות פון מלאכים, מען זוכט עפעס אנדערש, מען ווייסט נישט אז צו זיין אן ערליכער איד איז נאר דורך די זאכן וואס זעען אויס אין אונזערע אויגן ווי פשוט'ע זאכן, זיין אן ערליכער איד איז דורך דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, מיט א געשמאק, בעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מען דארף און אים דאנקען אויף אלע חסידם וואס ער טוט, דאס איז די העכסטע מדריגה. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען עס קומט צום דאווענען לייג איך אוועק אין דער זייט אלע הויכע כוונות, איך דאווען אזוי ווי א קינד דאווענט אין חדר מיט תמימות ופשיטות, ווייל דאס איז העכער פון אלעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין
מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך צו דאווענען מיט מנין, שפרינג אריבער אלע שוועריקייטן און אויך די גייסטישע שוועריקייטן, טאנץ איבער די אלע מחשבות וכו', גיי אין שול מיט שמחה, דאווען מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:) אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "'וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן', אֵימָתַי עֵת רָצוֹן", ווען איז אן עת רצון? - "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען די ציבור דאווענט, דעמאלט קען מען אלעס פועל'ן.


זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען מיט מנין, די הייליגע חכמים זאגן, (תענית ח.) דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות וואס מען דאווענט, נאר די תפילות וואס מען האט אינזין, פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז), די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך זאגט דער פסוק ווייטער: "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאווענט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה, אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אז דער אייבערשטער נעמט אן די תפילה אזוי ווי עס זעט אויס, אפילו מען האט נישט אינזין דאס דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין.


איך דארף האבן די וואך א גרויסע נס צו קענען באצאלן אונזערע איינגעשטעלטע אויף יום טוב, איך בין אנגעוויזן אויף דיין הילף, איך קען נישט גיין צום סדר ווען איך בין שולדיג פאר זיי, דו קענסט מיר העלפן מאכן גרינגער, פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#74 - דאווען מיט מנין, וועסטו האבן געלט
פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב האסטו מיר געבעטן א ברכה אויף פרנסה, אויף שפע; איך האב נישט געוואלט פרעגן - ווען דיין ווייב הערט - אויב דו דאווענסט די דריי תפילות מיט מנין; וויסן זאלסטו, דאס איז די שליסל פון פרנסה, צו גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען די דריי תפילות. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:) אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", ווען איז אן עת רצון? ווען דער ציבור דאווענט; אין ווען עס איז אן עת רצון - קען מען אלעס פועל'ן, מען קען פועל'ן פרנסה, מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין האט מען א דבר שבמנין (געלט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - גיי כסדר זיך טובל'ן
מקוה, אידישע שטוב, הלכה, מנין

בעזרת ה' יתברך - חשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חתן ... נרו יאיר


טייערער ... נרו יאיר, זע צו לערנען און חזר'ן די הלכות צו קענען היטן די הלכות והרחקות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ערליכע ליכטיגע געזונטע דורות.


מוהרא"ש זאגט, דער צדיק, דער שרף פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט די הלכות איבער טויזנט מאל; איז דאך זיכער אז מיר, אזעלכע פשוט'ע מענטשן דארפן דאס חזר'ן און חזר'ן אן א שיעור מאל.


אויך זאלסטו זיין פעלזן פעסט צו דאווענען די דריי תפילות אין שול מיט מנין, אויך זאלסטו זיין נזהר אין טבילת עזרא, גיי כסדר זיך טובל'ן, אפילו אינמיטן טאג ווען עס פעלט אויס.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#72 - איך בין מקנא דיין זכות, ווי דו זארגסט פאר דיין טאטע
כיבוד אב ואם, מנין

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין מקנא דיין זכות, דיין כיבוד אב ואם, ווי דו זארגסט פאר דיין טאטע, ווי דו העלפסט אים מיט געלט פאר יום טוב, ווי דו געבסט אכטונג אויף זיין כבוד.


בזכות די גרויסע מצוה – וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות און אלע ישועות, ביים אייבערשטן איז די מצוה זייער גרויס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "הִשְׁוָה הַכָּתוּב כְּבוֹד אָב וָאֵם לִכְבוֹד הַמָּקוֹם", דער אייבערשטער וויל מען זאל מכבד זיין עלטערן אזוי ווי מען איז אים מכבד.


מענטשן האבן נישט קיין השגה אין די מצוה, מען איז ליידער מזלזל אין דעם, מען אנטלויפט פון דעם, מען ווארפט עס צו די אנדערע געשוויסטער, און נאר שפעטער ווען עס איז שוין צו שפעט, מען קען שוין נישט טון די מצוה – דעמאלט האט מען חרטה.


זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך פארלייגן צו דאווענען די דריי תפילות דוקא אין שול, און אז עס איז שוין נישטא קיין מנין – זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול דאווענען.

#71 - נישט רעדן מיט קיינעם אין היכל פון ציון
אומאן, פרנסה, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


טינק זיך איין יעדן טאג אין שול אינדערפרי, זיי זיך מוסר נפש צו קומען אין שול, און אז דו יאגסט זיך, דו דארפסט לויפן צו די ארבעט – זאלסטו נאכאלץ קומען אין שול, און אז דו וועסט דאווענען מיט מנין – וועסטו האבן הצלחה, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות און האבן גרויס שפע.


מיר פארן יעצט צום רבי'ן קיין אומאן זיין דארט ראש השנה, ביים רבי'ן קען מען זיך עקשנ'ען, מען קען פועל'ן ישועות; זאלסטו זיצן ביים ציון ביז דו פועל'סט. ביים ציון זאלסטו נישט רעדן קיין דברים בטלים, מאך זיך א גדר אז אין היכל פון ציון זאלסטו נישט רעדן מיט קיינעם, נאר צום רבי'ן און צום אייבערשטן.