בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פירט זיך ערליך און איר גייט אין די וועגן פון די תורה. אפילו איר זענט איינער אליין, די גאנצע משפחה פירט זיך דערווייל נישט מיט די תורה - זענט איר ערליך, איר לעבט מיט'ן אייבערשטן.
זארגט נישט פאר אייער שידוך, א שידוך קומט פון הימל; דער אייבערשטער - ער איז מזווג זיווגים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא" און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס געבט שידוכים.
אז איר ווילט א שידוך פון אונזער קהלה זאלט איר זיך פארבינדן מיט מרת..., זי וועט פרובירן צו זיין שדכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.