בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זוכט נישט חסרונות ביי אנדערע
תשובה, דן לכף זכות, זוהר הקדוש, שבת, אויפזוכן גוטע זאכן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיינט נישט אז מיטן נאכקוקן אייער שוועסטער און אויפזוכן ביי איר פראבלעמען - מאכט איר א נחת פארן אייבערשטן, פונקט פארקערט, מיט נאכזוכן ביי אייער שוועסטער חסרונות, און נאכקוקן אויב זי היט די מצוות - טוט איר אוועקנעמען און פארמינערן דעם אייבערשטנ'ס נחת, ביים אייבערשטן איז א נחת ווען מען זוכט אויף דאס גוטס ביי אידישע קינדער, עס איז שוין דא גענוג מקטריגים.


זוכט נישט ביי אנדערע חסרונות, און זארגט נישט פאר אייער שוועסטער'ס רוחניות, זארגט פאר איר גשמיות, זארגט אז זי זאל האבן אלע אירע באדערפענישן, אנשי שלומינו זאגן: "מען דארף זארגן אויף די אייגענע רוחניות, און אויפן חבר'ס גשמיות"; און אז מען זעט ביי אנדערע חסרונות - דארף מען זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און תשובה טון, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געזען ביי איינעם חילול שבת, האט ער גלייך אנגעהויבן טראכטן אז ער דארף פאררעכטן עפעס פון שבת, ווייל אז מען זעט ביי איינעם א שלעכטע זאך - איז דאס א סימן אז מען דארף אליינס מתקן זיין די זאך, ביז ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געהערט אמאל ווי מען פארשעמט א תלמיד חכם און ער האט גארנישט געזאגט, ער האט זיך נישט אנגענומען, איז דאס א פגם פון חילול שבת, ווייל א תלמיד חכם איז אזוי ווי שבת, דער זוהר הקדוש זאגט (רעיא מהימנא פרשת צו, כט.): "נֶפֶשׁ דְּתַלְמִיד חָכָם אִתְקְרִיאַת 'שַׁבָּת מַלְכְּתָא'", דער תלמיד חכם ווערט אנגערופן שבת, און אז ער האט נישט מוחה געווען - איז דאס א פגם אין שבת; האט מען אים געוויזן חילול שבת.


זוכט נאר גוטס אין אייער שוועסטער און אין אנדערע, און אז איר זעט שלעכטס - זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אייך מוחל זיין און אננעמען אייער תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.