בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין
קינדער, שלום בית, ווייב, חינוך, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, עס קומט שבת, דארפסטו זיך אביסל מיישב זיין; ווייל א גאנצע וואך ביסטו טרוד מיט ברענגען פרנסה, דו האסט נישט קיין קאפ און צייט פאר דיין משפחה, איז יעצט ווען עס קומט שבת דארפסטו זיך מיישב זיין; זיך אראפלאזן צו דיינע קינדער, פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, והיעיקר שמועס מיט זיי פון אמונה און פון צדיקים. שבת איז דא אסאך צייט ווען צו שמועסן מיט די קינדער; גייענדיג צום שול און גייענדיג אהיים, און ביי די סעודות איז צייט צו רעדן מיט די קינדער און זיי פרייליך מאכן.


חינוך הייבט זיך אן ביי זיך, אז דער טאטע שמועסט נישט ביים דאווענען, ער דאווענט און הערט אויס קריאת התורה - וועלן די קינדער אזוי טון, ווייל קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס, זאלסטו זיצן אין שול מיט דרך ארץ, שמועס נישט מיט קיינעם, און אויך ביי שלש סעודות זיץ מיט די אידן וואס זיצן ביים טיש מיט שטריימל און בעקיטשע און זינגען זמירות, זיץ נישט ביים עק טיש וואו מען שמועסט און מען שטערט.


דיין ווייב זאלסטו פרייליך מאכן, געב איר גוטע ווערטער, זיי נישט קארג, זיי געבעדיג, פארגין איר אלעס, מאך איר פרייליך; וועט דער אייבערשטער מאכן רוען ביי דיר אין שטוב די שכינה הקדושה, און די קינדער וועלן וואקסן ערליך און געזונט.


א פרייליכן שבת.

#3 - ווי אזוי פירט מען זיך שבת ביי די עלטערן?
כיבוד אב ואם, דרך ארץ, שווער און שוויגער, שבת, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק האבן חתונה געהאט דארפן ענק געדענקען פון ענקערע עלטערן, מען דארף יעדן טאג רופן די עלטערן און מען דארף גיין אויף שבתים צו די עלטערן, עס מאכט נישט אויס אויב עס איז יא באקוועם אדער נישט, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, בפרט דיין טאטע מאמע וואס זענען שוין עלטער, דו ביסט דער יונגסטער ביי זיי, דארפסטו גיין אויף שבתים עסן ביי זיי, און אויך צו דיין שווער און שוויגער דארף מען גיין.


אויך זאלסטו זיצן מיט א פארמאכטע מויל ביי דיינע עלטערן, און ביי דיין ווייב'ס עלטערן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ז), דאס איז דער סימן פון א חכם, ער רעדט נישט ווען עלטערע און קלוגערע זענען נעבן אים; נאר אז מען פרעגט דיר און מען בעט דיר דו זאלסט עפעס זאגן אדער דערציילן – זאלסטו רעדן און דערציילן, אבער סתם אזוי זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, מיט א פארמאכטע מויל, מיש זיך נישט אין די חינוך, זיי נישט מחנך דיינע געשוויסטער אדער דיין ווייב'ס געשוויסטער, און טייל נישט איין ווען מען זאל בענטשן און וואס מען זאל געבן צו עסן, און אז דו האסט א געוויסע חלה וואס דו גלייכסט – קענסטו דאס עסן אין שטוב, עס איז נישט שיין צו ברענגען צום שווער עסן ווען עס איז אומגעבעטן וכו'.


איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים, דיר אויסלערנען הלכות דרך ארץ, א-ב פון איידלקייט ווען מען גייט צו עלטערן.

#2 - פרייליכע שבת סעודות
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, זמירות שבת, שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב זיך זייער געפרייט דיך צו זען ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר וואוינען נישט ווייט און מיר זעען זיך נאר אין אומאן.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין צו מאכן פרייליכע שבת סעודות אין שטוב, זיך קאנצענטרירן אז די סעודות זאלן זיין נאר פרייליך, נאר זינגען און אויסלויבן אלע קינדער, יעדן קינד אויסלויבן מיט זיינע מעלות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז): "שבת דארף מען זיין נאר פרייליך", און אזוי שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת יתרו, פח; די שטיקל זוהר וואס מען זאגט ליל שבת ביי די סעודה): "הֲוֵי חָדֵי בְּכָל חַד וְחַד", די הייליגע תנאים, די חבריא קדישא פון רבי שמעון בר יוחאי האבן זיך זייער געפרייט שבת ביי די סעודות.


מען זעט קלאר ווי דאס איז נישט קיין גרינגע עבודה, דער סמ"ך מ"ם וכת דיליה קומען צו אלעמען ביי די שבת סעודות מיט טריקס אויפצורעגן, און עס זאל זיך טון צווישן די קינדער; דער קינד שטופט דעם קינד, און דער צווייטער רעגט זיך אויף און גיסט אים אן, ביז די עלטערן פארגעסן, און פארלירן זיך, און די טיש ווערט א שטיק ווייטאג און כעס השם ישמרינו; זאלסטו זיך מקבל זיין און זיך קאנצענטרירן אז די צייט פון די סעודות איז רואיג און פרייליך, און מאכן א פרייליכע אטמאספער וכו'.

#1 - זיך פארלייגן צו זיין פרייליך שבת
שמחה, מניעות, שבת תשובה, אומאן ראש השנה, שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


זע צו זיין פרייליך שבת און מאך פרייליך דיין שטוב, נאר אויף דעם זאלסטו זיך פארלייגן, צו זיין פרייליך, ווייל מיט שמחה פארברענט מען אלע קליפות און מען קומט צו די העכסטע מדריגות.


איך בין מקצר די בריוו, איך בין נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.