בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייט איר אהרן הכהן, רופט אייער שוועגערין און זאגט איר אז אייער ברודער וויל צוריק גיין, זאגט איר: "מיין ברודער האט דיך ליב", און רופט אייער ברודער, זאגט אים: "האסט א וואוילע ווייב, זי האט דיך ליב, זי וויל צוריק גיין"; אזוי וועלן זיי צוריק גיין.
זייט אהרן הכהן, מאכט שלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) אהרן הכהן האט געזאגט אנדערש מפני השלום. ראובן איז צעקריגט מיט שמעון, זיי רעדן נישט איינער מיטן צווייטן, האט אהרן הכהן געזאגט פאר ראובן: "שמעון וויל זייער שטארק מאכן שלום, ער שעמט זיך נאר פון דיר, ער האט דיך זייער ליב", און אזוי האט ער געטון מיט שמעון, ער האט אים געזאגט: "ראובן וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר, אבער ער שעמט זיך", ביז זיי האבן זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן און שלום געמאכט; אזוי זאלט איר טון, א שאד עס זאל ווערן א גט.
אויך געב זיי טרינקען פונעם רבינ'ס קוואל וואסער, די שיינע זיסע עצות פון רבי'ן. געב זיי די בריוו פון מוהרא"ש, ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש; דארט איז דא לימודים, עצות והדרכה ווי אזוי צו לעבן א זיסע לעבן מיט שלום.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.