בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין גרייט אויף בארעדן און פארשעמען און אפשווייגן
מחלוקת, משמש דעם רבי'ן, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן מיר העלפן קענען דעקן די חובות פון די מוסד און די חובות פון די קהילה. וויסן זאלסטו, זיין א משמש ביים רבי'ן - איז זייער א גרויסע זאך, און דערפאר פארלייגט זיך די נישט גוטע צו מחליש דעת זיין און מאכן בלבולים וכו'.


האסט מיר פארציילט אז דו האסט נישט שיין גערעדט צו האברך ..., איך וויל דו זאלסט אים רופן איבערבעטן, ווייל ווער עס העלפט מיר בויען די מוסדות און די קהילה, נעם איך זיך אויס א תנאי כפול, נאר אז מען קען סובל זיין אנדערע און זיין גרייט אויף בארעדן און פארשעמען און אפשווייגן, נאר אזוי איז מיר אינטערעסאנט דאס העלפן, בפרט אזא אינגערמאן ווי ... וואס ער איז אונז זייער געטריי, און ווייל איינער איז דיר געקומען זאגן א לשון הרע אז מען שפעט אונטער דיין רוקן, וואלסט געדארפט אכטונג געבן נישט נעמען צום הארצן.


אז איינער זאגט דיר א שארף ווארט - זאלסטו יענעם דן זיין לכף זכות, מענטשן זענען זייער איבערגעשטרענגט, עס גייט איבער היינטיגע טעג אויף יעדן מענטש; קיינער מיינט נישט שלעכט, קיינער וויל נישט שלעכט; מען דארף קוקן גוט אויף יעדן איינעם, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


איך האב אסאך צו שרייבן אבער איך דארף גיין העלפן אריינברענגען דעם יום טוב, איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו העלפסט די מוסד, סיי ביים יערליכן אנשי חיל קאמפיין און סיי מיט קמחא דפסחא, און מיט אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.