בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס איז מיט דיר? וואס איז די שאלה בכלל?! אז דער אייבערשטער געבט דיר א מתנה - דארפסטו טאנצן פאר שמחה, אז דו ביסט געוואויר געווארן אז דיין ווייב ווארט למזל טוב און עס איז נישט געווען מיט ענקער הסכמה - דארפט איר טאנצן פאר שמחה; דאס ווייסטו וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "שלשה שותפין יש באדם, הקדוש ברוך הוא ואביו ואמו", קומט אויס אז די חדשים וואס מען ווארט איז מען אין א שותפות מיטן אייבערשטן, און אז ענק האבן נישט געוואלט גיין מיט א שותפות מיטן אייבערשטן און דער אייבערשטער האט ענק בעל כרחך אריינגעשלעפט אין א שותפות - דארפן ענק טאנצן פאר שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.
דאס ווייסטו אודאי וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשות שמות, דף ג): "תְּלָתָא אִינּוּן דְּדַחְיָין שְׁכִינְתָּא מֵעָלְמָא, וְגַרְמִין, דְּדִיוּרֵיהּ דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא לָא הֲוֵי בְּעָלְמָא, וּבְנִי נָשָׁא צַוְוחִין וְלָא אִשְׁתְּמַע קַלֵּיהוֹן", עס איז דא א זינד וואס דאס מאכט אלע צרות אויף די וועלט און עס האלט צוריק אלע תפילות, און אפילו מען שרייט און מען וויינט, מען פאסט און מען מאכט אלע סגולות - איז דער זינד אזוי הארב אז דאס ברענגט אלע צרות און מען קען נישט מבטל זיין די צרות; אויב חס ושלום מען ציט זיך ארויס פון די שותפות אינמיטן די חדשים השם ישמרינו. ליידער ביי די אומות העולם, ביי די ליבעראלע, זיי זענען אזוי געמיין אז רצח'ענען און הרג'ענען רחמנא לצלן איז ביי זיי מותר, און זיי זענען גאר וואס שטעלן זיך ארויס צו זיין די העפליכע, השם ישמרינו, זאלסטו חס ושלום נישט טראכטן פאר איין רגע עפעס צו טון.
דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו און דיין ווייב זענען כביכול שותפים מיטן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.