בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זייער הנאה געהאט די צען וואכן אין שטעטל
התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, גבאי פון שטעטל


זיי מיר מוחל אז איך בין אזוי פלוצלונג אוועק געפארן אינמיטן די נאכט פון שטעטל אן זיך געזעגענען פון ענק.


לכתחילה האט געהייסן אז איך וועל פארן זונטאג נאכט, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן א וועג, איינער זאל מיך אהיים נעמען. (ביז יעצט פלעג איך האבן שמעי פיש זאל מיך טראגן און ברענגען, ער איז געווען זייער געטריי, ער איז געווען גרייט ווען מען האט נאר געדארפט, יעצט האט ער שוין חתונה געהאט). דער מענידזשער אליעזר נרו יאיר האט מיר געזאגט אז ער קען מיך אהיים נעמען, אבער נישט זונטאג נאכט, ווייל ער דארף זיין אין חדר און אין סקול אנגרייטן די כיתות וכו', ער האט זיך אנגעטראגן מיך נעמען מוצאי שבת, דעריבער בין איך אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן אהיים געפארן.


געב איבער פאר די אלע וואס האבן געדארפט קומען זונטאג רעדן זאלן נישט מיינען אז איך האב זיי אויסגעשפילט, אויך געב איבער פאר משה איינהארן, ער האט אנגעגרייט א סיום מסכת עבודה זרה ביי אים אין חצר, איך האף איך האב אים נישט שאדן געמאכט.


איך האב זייער הנאה געהאט די צען וואכן אין שטעטל, איך האב זייער הנאה צו זען ווי שיין אנשי שלומינו פירן זיך, ווי מען קומט אין שול דאווענען די דריי תפילות און ווי מען איז זיך קובע צו לערנען שיעורים כסדרן און פון די פרייליכע לופט.


דעם פארגאנגענעם שבת אין שטעטל ביי די גאס ירושלים איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען גוטע ווארעמע דיבורים פון הייליגן רבי'ן.


פרייטאג צו נאכט האבן מיר זיך צאמגענומען אין בית המדרש, עס איז געווען א שלום זכור ביי שמשון הערש. מיר האבן גערעדט פון די רש"י אויפן פסוק: "תמים תהיה עם ה' אלוקיך", רש"י זאגט: "התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות ואז תהיה עמו ולחלקו", פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיט תמימות, נישט האבן קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה פון עגלה ערופה, אז די סנהדרין האבן געדארפט מאכן די עגלה ערופה און זאגן: "ידנו לא שפכה את הדם הזה", מיר האבן נישט גע'הרג'ט דעם מענטש. רש"י ברענגט די ווערטער וואס די הייליגע חכמים פרעגן: "ווער טראכט דען אז די סנהדרין זענען רוצחים? נאר די סנהדרין זאגן 'מיר האבן נישט צוגעברענגט אז דער מענטש זאל ווערן געהרג'עט, מיר האבן אים נישט אוועק געשטופט', עיין שם; מיר האבן גערעדט אז מען דארף זיך זייער שטארקן נישט צו מרחק זיין קיינעם, נאר מקרב זיין אלעמען, זיך לערנען פון די וועג ווי דער הייליגן רבי נתן האט גערעדט צו מענטשן וואס זענען אוועק געגאנגען פון רבי'ן, ער האט נישט געזאגט: "ווילסט נישט דא זיין? קענסטיך גיין", ער האט זיי געפרעגט מיט זיין נשמה: "ליפא, עמנו הייתם, פארוואס קומסטו נישט מער?" און ווען ר' ליפא האט אים געזאגט: "איך בין באליידיגט געווארן פון רבי'ן", האט ער אים נישט אוועק געשטופט און געזאגט: "ביסט נישט צופרידן? קענסטיך גיין", ער האט אים מחזק געווען און געזאגט: "פון אזא רבי גייט מען נישט אוועק, אפילו דער רבי זאל מיך שלאגן וועל איך נישט אוועק גיין, ווייל איך מאך זיך א חשבון וואס באקום איך פון רבי'ן".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז אפילו מיר זאלן זיך איינרעדן אז מיר זענען שוין אזוי גרויס ווי די סנהדרין, דארפן מיר אויך קענען זאגן די ווערטער: "ידנו לא שפכה את הדם הזה", אז מיר האבן קיינעם נישט אוועק געשטופט פון רבי'ן. מען זאל זיך גרוסן איינער דעם צווייטן, מיר האבן גע'חזר'ט דעם רבי'נס ווערטער (שיחות הר"ן, סימן מג), עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם.


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


גרייט זיך אן צו זיין בעל תפילה אין אומאן, סליחות ערב ראש השנה און מערבית ראש השנה.


דער אייבעשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.