בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיך צו קענען אויסקומען מיט אנדערע, זען דאס גוטס ביי אנדערע - אויף דעם דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן, בפרט יעצט ווען מען הערט שופר בלאזן דארף מען אויף דעם בעטן. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן אריז"ל אז די ראשי תיבות פון שופ"ר איז די פסוק (דברים כט, יז): "פֶּן יֵשׁ בָּכֶם שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", און מוהרא"ש זאגט, מען דארף פארשטיין וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט דארט, וואס איז דאס שורש פורה ראש ולענה? "שׁוֹרֶשׁ" א ווארצל, "מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין" וואס מאכט וואקסן א ביטערע גראז, "שֶׁהֵם מָרִים" וואס איז זייער ביטער, "כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם" עס פארשפרייט צווישן ענק שלעכטס; מוהרא"ש זאגט, ווען מען הערט דעם שופר דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.
מיר פארן שוין כמעט קיין אומאן, פון היינט דרייצן טעג פארן מיר; מיר דארפן ארויסנעמען די פיינטשפאט פון הארץ, מוהרא"ש זאגט: "דער רבי קען נעמען דעם גרעסטן בעל עבירה, אויסער א בעל מחלוקת"; א בעל מחלוקת האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, אויך וועט מען עס קענען מיט האלטן מיט א הוקאפ אין אלע שול'ן היכל הקודש; עס איז וויכטיג זאלסט קומען, מען מוז קומען הערן דעם רבינ'ס ווערטער, נאר אזוי בלייבט מען מקורב און מקושר צום רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.