בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך אויסרעדן צום אייבערשטן וועט ברענגען די ישועה
תפילה והתבודדות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן פון אייך אז אייער לעבן ווערט שוין בעסער און איר שפירט זיך שוין אסאך בעסער. איך האב געטראפן אייער מאן נעכטן ביי א חתונה, ער איז געווען זייער פרייליך, ער האט מיר געזאגט אז זאכן ווערן ברוך ה' בעסער.


בנוגע טערעפי וכו'; אויב איר שפירט אז דאס העלפט אייך זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט דעם, אבער אז איר זעט אז עס בלויז גערעדט וכו' אבער אויף למעשה העלפט עס נישט, עס נעמט נאר געלט און צייט פון אייך, דעמאלט זאלט איר דאס אפלאזן.


רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג אפאר מינוט, פארציילט אים אלע אייערע שוועריקייטן; רעדט צו אים אויף אייער שפראך, אז ענגליש איז אייער ערשטע שפראך דאן זאלט איר זיך אויס שמועסן מיט אים אויף ענגליש.


אפילו איר שפירט זיך פארקלאפט און איר קענט נישט ארויס געבן אייערע ווייטאגן, דאך זאלט איר עס דערציילן פארן אייבערשטן אפילו אן געפילן, מיט די צייט וועט אייך גרינגער ווערן און איר וועט זיך קענען אויסגיסן אייער הארץ פאר אים.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז אייער מאן פירט זיך גוט צו אייך און ער לערענט וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.