בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך איינקויפן אסאך גוטע זאכן אין די יונגע יארן
בחור, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ניץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה, יעצט איז די שענסטע יארן פון לעבן, יעצט איז א שאד צו גיין ליידיג, מען קען זיך אזוי איינקויפן אין די יארן גוטע זאכן.


זאג משניות בקול, הלוואי זאלסטו זיך קובע זיין צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, אויך דעם יום תהילים און אסאך גמרא; דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק.


איך געדענק דיין טאטע נרו יאיר אלס בחור און אלס חתן, ער איז געזיצן ביי אונז אין ישיבה און געלערנט מיט אן אויסטערלישע התמדה, און עד היום הזה, ווען ער האט איבריגע מינוטן, נעמט ער ארויס פון טאש א קליינע משניות און לערנט, און נאר דאס איז זיין הצלחה.


מאך אים נאך וועסטו זייער מצליח זיין, דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער ערליכער איד.