בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך אנטון מיט די לימודים פון מוהרא"ש
סגולות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר ברענגען צום סדר נאכט די שטריימל פון מוהרא"ש. איך האב אינזין געהאט און געבעטן דעם אייבערשטן פאר די סגולה וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גאוה, סימן כו): "הכובע של צדיק סגולה להסיר הגאוה", דער הוט פונעם צדיק איז א סגולה אוועק צו נעמען די גאוה פונעם מענטש.


העיקר דארפן מיר געדענקען וואס איז עיקר און וואס איז טפל, דער עיקר דארפן מיר זיך אנטון מיט די לימודים פון מוהרא"ש, לערנען יעדן טאג שיעורים כסדרן בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און גיין דאווענען מיט מנין די דריי תפילות שחרית מנחה וערבית, און גיין התבודדות; בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן.


מען דארף געדענקען וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם ר' יוסקא (מכתבי רבינו ז"ל בתחילת ספר עלים לתרופה): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי" איך בעט דיר זייער מיין ליבער איידעם, "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק" לערן יעדן טאג גמרא און שולחן ערוך, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר" מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן אז דאס איז וויכטיג, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם" זע צו לעבן מיטן אייבערשטן, מורא האבן פון אייבערשטן, ווייל דאס איז די גאנצע תכלית אויף וואס מיר זענען באשאפן געווארן.


בתחילת התקרבותי האט מיר זייער געכאפט די שיחה פון רבי'ן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט ניצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט"; ווען איך האב געהערט די שיחה האט דאס מיר אזוי אריינגעשניטן אין הארץ און איך האב געהאט דערפון אזעלכע הרהורי תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.