בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#138 - די וויכטיגסטע זאך פאר פרנסה איז אנטלויפן פון מחלוקת
סגולות, מחלוקת, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ג' בשלח איז א טאג וואס דער הייליגער רבי מענדעלע רימנובער זכותו יגן עלינו זאגט אז עס איז א סגולה פאר פרנסה צו זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום. מעביר סדרה זיין אלע וואכן אין צייט איז מסוגל לפרנסה, און זיכער ווען מען איז מעביר סדרה פרשת המן, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, הובא בפרישה על טור אורח חיים סימן א, סעיף קטן יד) ווער עס זאגט פרשת המן - איז פארזיכערט "שלא יתמעטו מזונותיו", דאס אז מען גלייבט אז דער אייבערשטער געבט עסן, און זארגט פאר יעדן איינעם - דאס אליין איז מסוגל פאר שפע.


די וויכטיגסטע זאך פאר פרנסה איז אנטלויפן פון מחלוקת, זאל זיין וואס זאל נאר זיין, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן. "מחלוקת אחת דוחה מאה פרנסות" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז), איין מחלוקת שטופט אוועק הונדערט מאל וואס מען וואלט ווען געקענט געהאלפן ווערן מיט פרנסה, שטעל זיך פאר ווי ביטער דאס איז; מען וויינט אויף פרנסה, מען בעט אויף פרנסה, מען טוט סגולות פאר פרנסה, און מיט איין קריגעריי, מיט רעדן שלעכט אויף אנדערע, לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים - שטופט מען אלעס אוועק.


נישט ווערן אריינגעדרייט אין מחלוקת - גייט נאר מיט תפילה, בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, זאלסט נישט האבן מיט מחלוקת, אפילו ווען מען דרייט דיר אן לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן פון מחלוקת. איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט, ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן האב איך גלייך געמאכט א טיקעט צו פארן צו די לוי', אבער פרייטאג נאך די לוי' אין בארא פארק, ווי איך האב געזען וואס האט פאסירט וכו' - האב איך זייער געוויינט, איך האב זיך געזוכט א שטילע גאס און זיך מתבודד געווען און מבטל געווען די טיקעט, אפילו אלע האבן זיך געוואונדערט, אלע האבן געפרעגט 'היתכן גייסט נישט צו די לוי'?' איך האב זיך געמאכט א חשבון 'איך בין געקומען אין היכל הקודש צו דינען דעם אייבערשטן, מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט', און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט האבן מיט קיין מחלוקת און נישט וויי טון א צווייטן.


לערן דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל: "גמרא פארברענט אלע קליפות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - צוויי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער יום הולדת זאלט איר זיך מקבל זיין יעדן טאג פאר צוויי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן, דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן ברענגט אלע ישועות און אלע רפואות, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - איז די בעסטע סגולה פאר אלעס, פאר בני, חיי ומזוני.


מענטשן זעען אפענע ניסים; מענטשן דערציילן ווען זיי זענען געווען אין א קלעם, אין ווייטאג, זיי האבן פרובירט אלע עצות, אלע סגולות - ביז זיי האבן גענומען די עצה פון רבי'ן, פון דאנקען דעם אייבערשטן, און דאס האט זיי געעפנט אלע טירן פון ישועות.


צוויי מינוט זאלט איר אוועק געבן יעדן טאג אויסצורעכענען מיט די מויל חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און מיט אייער משפחה, דאס זאל זיין אייער קבלה פאר די יאר און פאר אלע יארן, אויף די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#136 - נאכ'ן אלעס טון, דארף מען יעצט בעטן א מתנת חנם
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב גערעדט נעכטן מיט אייער מאן, ער פרעגט מיר מיט ווייטאג וואס וועט דא זיין מיט אייער געזונט? ער איז אזוי צעבראכן און פארלוירן, און אויך פארשטיי איך פון אים אז איר זענט שוין אויך אביסל פארלוירן, וואס וועט דא זיין מיט אייער געזונט?


אייער מאן זאגט מיר, מען האלט שוין נאך אלע סגולות, מען האט שוין געגעבן שווערע טויזנטער דאלער פאר צדקה לזכות א רפואה פאר אייך, מען האט שוין אזויפיל מתפלל געווען, אויך איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר אייך, און איך בעט טאג טעגליך איר זאלט זיין געזונט און שטארק, איר זאלט זיין א געזונטע מאמע און זוכה זיין צו קענען ווייטער ברענגען קינדער; ער פרעגט וואס איז נאך דא צו טון פאר א רפואה פאר אייך?


מרת ... תחי', אין הימל איז דא אן אוצר וואס רופט זיך 'אוצר מתנת חינם', איז יעצט ווען מען האט שוין אלעס געטון, וועט מען גיין צום אוצר און נעמען די טייערע סגולה פון בעטן דעם אייבערשטן נישט אויף די וועג ווי מען האט געבעטן ביז אהער, מיט א בקשה, אז עס קומט זיך עפעס דעם מענטש, נאר בעטן א מתנת חינם, אן אומזיסטע מתנה, און דאס קען נאר גיין אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


יעדן אינדערפרי ווען איר ענדיגט מיט די קינדער - זאלט איר זיך באשטימען אפאר מינוט פון דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס ער טוט מיט אייך, און אויך אויף די גאנצע מעשה וואס איר זענט אריבער ביז אהער, און גלייבן באמונה שלימה אז אלעס ביז אהער איז נאר געווען לטובה, ווייל דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, עס איז איין שטיק טובה די גאנצע מעשה, און נאר נאכן דאנקען דעם אייבערשטן פאר אפאר מינוט, זאלט איר זיך בעטן ביי אים מיט א מתנת חינם, דעם לשון:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל וויסן אז אלעס וואס דו טוסט איז נאר גוטס, און עס איז נישטא קיין שלעכטס פון דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל גלייבן מיט מיין גאנצע הארץ אז אלעס וואס איך בין אריבער ביז אהער און וואס איך גיי נאך יעצט אריבער - איז נאר פאר מיין טובה, און איך דאנק דיך אייבערשטער פארן מיר מאכן נאר גוטס.


הייליגער באשעפער איך בעט דיר הייל מיך אויס, איך זאל האבן א געזונטע הארץ און איך זאל האבן כח, און איך זאל קענען ברענגען נאך קינדער. הייליגער באשעפער מיר האבן שוין פרובירט אלע סארט מעדעצין, מיט אזויפיל דאקטוירים, מיט כל מיני מענטשן וכו', און קיינער קען מיר נישט העלפן. בעט איך דיר א מתנת חינם, או אומזיסטע מתנה. איך ווייס עס קומט מיר גארנישט, אלעס וואס איך האב איז נאר מתנת חינם, דעריבער בעט איך דיר א מתנת חינם, איך זאל זיין א געזונטע מאמע, א געזונטע ווייב פאר מיין מאן און נאר זיין פרייליך, בזכות די הייליגע צדיקים רבינו נחמן בן פיגא ותלמידו רבי נתן וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען אין די וועלט און אין מיר די זאך פון רעדן צו דיר, און ווי אזוי צו בעטן נאר בלשון מתנת חינם, זאל איך האבן א רפואה, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#135 - וואונדערליכע עצות און סגולות וואס איר האט נאכנישט פרובירט
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די הערליכע משפחה וואס איר האט, און פאר אייער טייערע מאן, און פאר די פרנסה וואס ענק האבן; ענק האבן אלעס גוט, ענק האבן ליכטיגע קינדער, עס פעלט ענק גארנישט.


איר שרייבט אז איר האט שוין געטון אלע עצות און אלע סגולות צו ווערן געבענטשט מיט ברכות און ישועות וכו' וכו', אבער איין עצה און איין סגולה - האט איר נאכנישט פרובירט, די עצה פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, די עצה פון גארנישט וועלן, די עצה פון וועלן נאר וואס דער אייבערשטער טוט און וואס דער אייבערשטער מאכט. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל, וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט ווי מען קען נישט מער? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן, דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות; זיכער ביי אייער מצב וואס עס איז בכלל נישט שלעכט, ענק ווילן נאר מער פרנסה און מער קינדער וכו' וכו'; איז זיכער די עצה זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, די עצה און די סגולה איז וואונדערליך, מען ווערט אזוי פרייליך און אזוי רואיג.


צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה, יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "פארוואס?" פארוואס אהער? פארוואס אהין? אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון", מען פארמאכט זיך די מויל און מען פרעגט נישט: "פארוואס?" "פארווען?" ווייל מען ווייסט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט, מען פארמאכט די אויגן און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.


נאך איין עצה איז דא, די עצה פון תודה והודאה, פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. מאכט אייך א צעטל און שרייבט אייך אויף א ליסט פון זאכן וואס איז גוט, און יעדן טאג זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די זאכן, דאס וועט אייך העלפן ווערן פרייליך און ווערן בטל צום אייבערשטן, דאס דאנקען און לויבן קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מען הויבט אן שפירן דאס גוטע זיסע געשמאק וואס מען שפירט אין גן עדן.


נאכן דאנקען און לויבן זאלט איר זיך אויסגיסן אייער הארץ און בעטן: "הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל נישט זיין דעפרעסט, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות ומרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זען דיינע חסדים, דיינע ניסים - וואס דו מאכסט מיט מיר און מיט מיין משפחה.


הייליגער באשעפער געב מיר א גוטע שלום בית, העלף מיר איך זאל זען אין מיין מאן נאר גוטס, איך זאל אים ליב האבן און ער זאל מיך ליב האבן, העלף מיר איך זאל נישט זען אין אים קיין איין חסרון, און מאך רוען די שכינה צווישן אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן און נאר זיין פרייליך".


אזוי זאלט איר בעטן און אויך צולייגן אייגענע תפילות, און איר וועט זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#134 - סגולות געהאלפן צו ווערן מיט קינדער
קינדער, שמחה, אמונה, סגולות, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך, גלייבט אינעם אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו האבן קינדער; איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט, ווייל אט אט קומט אייער ישועה.


מאכט זיך א שיעור אין לערנען די מעשיות פון רבי'ן, סיפורי מעשיות, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן כה) אז דאס איז מסוגל צו האבן קינדער. און אויך זאלט איר זיין פרייליך, ווייל אמאל קען די אנגעצויגנקייט און נערוועזקייט צוריק האלטן פון האבן קינדער, זייט פרייליך, טאנצט יעדן טאג מיט פרייליכע מוזיק, דאס וועט ברענגען די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#133 - מעשיות פון הייליגן מהרש"א זי"ע, א סגולה פאר רפואה
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, מהרש"א

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט ליל שישי איז די יארצייט פון הייליגן מהרש"א זכותו יגן עלינו, איז כדאי צו דערציילן די מעשה וואס איז מסוגל פאר ישועות.


אמאל איז דעם רבינ'ס טאכטער - די צדיקת שרה - זייער קראנק געווארן לא עלינו, און דער הייליגער רבי איז איר געקומען באזוכן, דער רבי האט געהאט גרויס צער זעענדיג ווי שרה איז אזוי קראנק, דער רבי האט איינגעדרימלט, און דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו - דער זיידע פון רבי'ן - איז געקומען אין חלום און געפרעגט: "פארוואס ביסטו אזוי בצער?" האט דער רבי געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב: "איך בין בצער וועגן מיין טאכטער, וואס זי איז אזוי קראנק".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אין חלום פארן רבי'ן, עס שטייט אין פסוק (תהילים מג, נא): "מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ וְעֹשֶׂה חֶסֶד לִמְשִׁיחוֹ", די כוונה איז, 'מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת' דער אייבערשטער מאכט גרויסע ישועות, 'מַלְכּוֹ' פאר די צדיקים וואס זיי זענען מלכים (מאן מלכי רבנן [גיטין סב.]) 'וְעֹשֶׂה חֶסֶד' און ער טוט חסד, 'לִמְשִׁיחוֹ' פאר די וואס דערציילן, 'משיח' איז א לשון פון שמועסן, מסיח; דער אייבערשטער מאכט וואונדער פאר די וואס דערציילן מעשיות פון צדיקים, דער בעל שם טוב זאגט פארן רבי'ן: "דורך סיפורי צדיקים וועסטו זען א ישועה".


דער הייליגער רבי וועקט זיך אויף און הויבט אן דערציילן א מעשה פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א (מ'ורינו ה'רב ר'בי ש'מואל א'ליעזר א'יידליס) זכותו יגן עלינו. אין די צייטן פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א איז געווען אין די שטאט אוסטרהא - די שטאט וואו דער מוהרש"א איז געווען דער רב - א גרויסער קלויסטער, דארט איז געווען א שרעקליכע טומאה, און נישט ווייט פון די קלויסטער האט זיך געפונען דער אידישער בית החיים פון די שטאט אוסטרהא, און יעדע מאל עס פלעגט זיין א לוי' פלעגט מען דארפן אריבערגיין די קלויסטער, און די גלעקלעך פון די קלויסטער פלעגן זיך צוקלינגען און פארכאפן די מענטשן אין די טומאה.


דער הייליגער מהרש"א האט געוואוסט פון די טומאה, האט ער באפוילן, אז ווען עס וועט קומען די צייט ער וועט אוועקגיין פון די וועלט און מען וועט אריבערגיין מיט זיין מיטה דעם קלויסטער - זאל מען לייגן אויפן בעט זיין הייליגן ספר חידושי מהרש"א. אזוי איז טאקע געווען, דער הייליגער מהרש"א איז נפטר געווארן און מען האט דורכגעפירט זיין מיטה דורך דעם שרעקליכן טומאה, און אין די מינוט וואס די מיטה איז אריבער די טומאה און די גלעקלעך האבן אנגעהויבן זינגען - האט דער הייליגער מוהרש"א זיך אויפגעזעצט אויף זיין בעט און אנגעהויבן מישן די בלעטער פון זיין הייליגן ספר. דער גאנצער עולם קוקט זיך צו, עס איז א פחד א שרעק צו זען דעם הייליגן מהרש"א נאכן פטירה זיצן און מישן די בלעטער, און אזוי מישנדיג זעט מען א שרעקליכע זאך, די קלויסטער הויבט אן איינזינקען אין דער ערד, יעדע בלאט וואס דער מוהרש"א מישט - גייט אראפ די גאנצע טומאה מער און מער מיט אלע מענטשן, מיט אלע חפצים; ביז מען האט איר שוין מער נישט געזען און עס איז געבליבן א זכר, א סימן - דארט ארום די פלאץ עד היום הזה.


ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט שרה'קע זיך שוין אנגעהויבן גוט צו שפירן, און זי פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פאר אנדערע קראנקע וואס האבן געדארפט א רפואה, אויך רבי נחמן טולטשינער פלעגט דערציילן די מעשה פאר חולים, און היינט אין דער יארצייט איז א גרויסע סגולה צו דערציילן די מעשה, עס ברענגט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#132 - מיט תפילה קען מען פועל'ן ניסים ונפלאות קעגן די טבע
תפילה והתבודדות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; מאך זיך א שיעור, יעדן טאג זאלסטו לערנען א פרק משלי, הויב אן ראש חודש, יעדן טאג א פרק, ביז סוף חודש. מוהרא"ש פלעגט אזוי טון, אויך איך פיר זיך אזוי. אויך זאלסטו יעדן פארטאגס זאגן שיר השירים, און אויך זאלסטו לערנען אביסל קהלת יעדן טאג. רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן סימן תס) איך האב אמאל אריינגעבליקט אין רבינ'ס כתבים, האב איך געזען ביים רבי'ן פארשריבן א סגולה אויף דעם, מען זאל זאגן שיר השירים, משלי און קהלת, דאס איז מרומז וואס רבי שמעון בן יוחאי זאגט אין תיקוני זוהר, די בחינה פון תלת טיפין (תיקון יג, נג:), עיין שם.


עס איז דא נאך סגולות פון הייליגן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות סגולה חלק ב', סימן ג) טרינקען רעגן וואסער איז מסוגל פאר דעם; שטעל ארויס א כלי פון דיין פענסטער און ווען עס וועט רעגענען וועט דאס ווערן אנגעפילט מיט רעגן וואסער, דאס זאלסטו אויסטרינקען - וועט דאס זיין פאר דיר א סגולה.


ועל כולם נעם די עצה פון תפילה והתבודדות; דאס איז די בעסטע עצה, מיט תפילה קען מען פועל'ן שלא כדרך הטבע, מען קען זען ניסים ונפלאות קעגן די טבע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו טוישן אפילו די נאטור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#131 - סגולות פאר א פרוי, צו האלטן די קינדער
קינדער, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', לעיקוואד


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס ענק זענען יעצט אריבער, ענק האבן פארלוירן וכו', נאכן זיך אזוי מוטשען מיט טריטמענטס וכו'; עס איז ענק זייער שווער, ענק זענען זייער צעבראכן.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, און אז עס זעט אויס שלעכט - איז דאס אויך גוט, דער אייבערשטער איז דער בעל הרחמים, ער מאכט נאר גוט.


שטארק זיך מיט אמונה, אזוי וועט אוועק גיין אלע פחדים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות מפלת, סימן א): "עַל יְדֵי פַּחַד הָאִשָּׁה מַפֶּלֶת" דורך שרעק קען א פרוי פארלירן וכו'. אויך זאלסטו קויפן א מאגנעט פאר דיין ווייב זי זאל עס טראגן מיט זיך, דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "סְגֻלָּה לְמַפֶּלֶת נְפָלִים שֶׁתִּשָּׂא אֶצְלָהּ מַגְנֵט", און אויך איז דא א סגולה: "גַּם תִּשָּׂא אֶצְלָהּ חֲתִיכַת עֵץ מִקֶּבֶר הַצַּדִּיק" זי זאל טראגן מיט זיך א שטיקל האלץ פון א קבר פון א צדיק; אז מען זעט א בוים העכער א קבר פון א צדיק - זאלסטו נעמען א קליין שטיקל צווייג און דאס האלטן מיט זיך, "גַּם יִתֵּן צְדָקָה", אויך איז צדקה א סגולה נישט צו פארלירן וכו'.


אויך זאל זי נישט גיין מיט גאלדענע צירונג, ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן א): "אִשָּׁה הַמַּפֶּלֶת נְפָלִים" א פרוי וואס פארלירט וכו' – "לֹא תֵּלֵךְ בְּקִשּׁוּטֵי זָהָב" זאל נישט גיין מיט קיין גאלדענע צירונג.


איך בין מתפלל פאר ענק און איך ווארט צו הערן בקרוב גוטע בשורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#130 - קומען אין שול מיט הוט און רעקל, און נישט שמועסן אין שול
קינדער, סגולות, דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


קום אין שול אנגעטון מיט קליידער, מיט הוט און רעקל; זיי מכבד דעם אייבערשטן - וועט מען דיך מכבד זיין פון הימל, מען וועט דיר געבן כל משאלות לבך לטובה.


ביי אלע דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב - זאלסטו קומען אין שול מיט הוט און רעקל, אויך זאלסטו נישט שמועסן אין שול - וועסטו זען אז דו וועסט נפקד ווערן בזרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#129 - מזכיר זיין די נעמען ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס
צדקה, סגולות, קברי צדיקים, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך דאנק דיר פארן גיין יעדע וואך ערב שבת צום קבר פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס זאגן שיר השירים פאר די וואס העלפן אונזער מוסד היכל הקודש בארץ הקודש, נאכן זאגן שיר השירים זאלסטו זאגן אלע נעמען פון וואס דער גבאי ר' אהרן שיקט דיר, און בעט דארט ביים תנא זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט וואס זיי דארפן.


אויך זאלסטו גיין יעדן ערב ראש חודש מתפלל זיין פאר אלע תורמים, זאג די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען און זיי מזכיר די נעמען און בעט פאר זייער הצלחה.


אויך זאלסטו אנצינדן א ליכט מיט שמן זית ביים ציון, און אז די גבאים דארט בעטן געלט - זאלסטו זיי באצאלן און זאלסט מזכיר זיין די נעמען וואס אונזער שד"ר געבט דיר, ווייל דאס איז אן אמת'ע סגולה, מען זעט גרויסע ניסים און גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#128 - עס איז גוט צו נעמען די כיבוד פון 'קוואטער'
קינדער, סגולות, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אז מען איז ענק מכבד מיט די כיבוד 'קוואטער', ווילט איר וויסן אויב איז דאס כדאי אנצונעמען, ווייל ענק שעמען זיך אביסל.


עס איז גוט צו נעמען די כיבוד פון 'קוואטער' און זיך גוט אויסבעטן זוכה זיין צו האבן קינדער. אליהו הנביא קומט צו יעדע ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אז מען איז מכבד מיט די כיבוד 'קוואטער' - זאלן ענק אננעמען די כיבוד בשמחה, ווייל דאס איז מסוגל לזרע של קיימא.


אויך איז דא א סגולה פון הייליגן רבי'ן צו קוקן אויף די מוהל מעסער ווען עס האט אויף זיך די בלוט פון די מילה, בעטס אייער מאן זאל בעטן דעם מוהל רשות אויב ער קען אייך ברענגען די מעסער איידער מען רייניגט עס אפ פון די בלוט, און איר זאלט קוקן אויף דעם. דער רבי זאגט (ספר המידות אות מוהל, סימן ב): "אִשָּׁה שֶׁאֵינָהּ יְכוֹלָה לְהִתְעַבֵּר" א פרוי וואס וויל זוכה זיין צו קינדער, "תַּבִּיט עַל הַסַּכִּין שֶׁל מִילָה אַחַר הַמִּילָה" זאל קוקן אויפן מוהל מעסער נאכן ברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - א סגולה פאר די ביינער וואס טוען וויי
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט א סגולה פאר אייערע ביינער וואס טוען וויי; דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח):


עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'ן צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן ,אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ וָואס אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג, וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן, בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


נָאכְן דֶערְצֵיילְן דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי מְגַלֶּה גֶעוֶוען דִי תּוֹרָה (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ד), וואוּ דֶער רֶבִּי לֶערְנְט אוּנְז, אַז דוּרְךְ וִדּוּי דְבָרִים פַארְן צַדִיק, גֵייעֶן אַרוֹיס אַלֶע שְׁלֶעכְטְס פוּן דִי בֵּיינֶער.


היינטיגע צייטן קען מען מקיים זיין וידוי דברים לפני הצדיק דורכן גיין צו קברי צדיקים און דארט דערציילן וואס מען האט אלץ געטון, אדער דורך לערנען די ספרים פון צדיק און זיך מתודה זיין אויפן ספר וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - אויפהערן וויי טון אייער מאן, וועט איר געהאלפן ווערן
קינדער, שלום בית, סגולות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס ווילט איר פון אייער מאן? וואס עסט איר אים אויף זיינע קושקעס? איר זענט דאך א אידישע טאכטער, א אידיש קינד טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, וואס איז ער שולדיג אז איר זענט איבערגעשטרענגט? וואס ווילט איר פון אים? ביי מיר איז קלאר אז דאס וואס איר ווארט אזוי לאנג אויף אייער ישועה וכו' - איז נאר צוליב די צער און ווייטאג וואס איר זענט מצער אייער מאן, און אלע סגולות און אלע זאכן וואס ענק טוען - האלט זיך אפ, ווייל איר פארטרייבט די שכינה הקדושה פון שטוב.


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט אויפהערן וויי טון אייער מאן – וועט איר געהאלפן ווערן וכו', און די סגולות פון אזויפיל יארן וועלן אנהויבן ארבעטן, אייער מאן איז א טייער קינד, ער טוט אלעס פאר אייך.


איך ווארט צו הערן אז איר האט אנגענומען די ווערטער וואס איך שרייב מיט בלוט פון הארץ.

#125 - א שיינע זאך וואס קען דיר העלפן פאר דיין שידוך
שידוכים, סגולות, חמשה עשר באב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו ביסט שוין פון די נייע דור תלמידי ישיבה, וויל איך דיר דערציילן א שיינע זאך וואס קען דיר העלפן פאר דיין שידוך, א הבטחה וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט יארן צוריק, חמשה עשר באב זומער שנת תשע"א, די דריטע יאר פון ישיבה.


יענע צייט איז געווען שווער פאר די בחורים, עס זענען נישט געווען קיין חתנים אין ישיבה, מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם, מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו', וואס דאס האט געברענגט אז עס זאל נישט זיין קיין שידוכים, יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך און מען האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט מען געזאגט ניין.


איך האב דעמאלט געשריבן א בריוו פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה, איך האב איינגעלאדנט מוהרא"ש צו קומען אין קעמפ און געבן ברכות פאר שידוכים, מוהרא"ש האט צוריק געשריבן אז ער וועט קומען חמשה עשר באב, מען זאל אנגרייטן א סעודה און ער גייט ברענגען שידוכים.


אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז געקומען און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב, ביי די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט: "יעדער בחור וואס וועט לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית פאר פערציג טעג אין איין צי, פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך", מען האט געבענטשט ברכת המזון, געדאווענט מעריב און מוהרא"ש איז אהיים געפארן, און וואס איז דא צו דערציילן? רוב בחורים האבן אלע אנגעהויבן לערנען בהתמדה גדולה מסכת תענית, טאג נאך טאג האט מען געלערנט זייער פלייסיג, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן; אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט און זיי האבן א שיינע לעבן.


די סגולה גייט נאך אן; די יאר, ווער עס וועט לערנען יעדן טאג מסכת תענית פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה - וועט זוכה זיין צו טרעפן זיין שידוך, איך בעט דיר, כאפ זיך מיט, גרייט זיך אן א גמרא און מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג די גאנצע מסכתא, זאג ארויס די ווערטער אויפן קול, און ווי פריער אין טאג דו וועסט דאס טון וועט דיר דאס זיין גרינגער.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט דאס טון, וועסטו בקרוב שטיין אונטער די חופה און בויען א שיינעם שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - סגולות פאר קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב, ענק וועלן האבן א שיינע שטוב מיט קינדער, טו די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן; דו מיט דיין ווייב זאלן יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן פאר די קינדער וואס ענק האבן, ליכטיגע געזונטע קינדער; דאס עפנט די הימל פאר ישועות און פאר נאך קינדער.


נאך א סגולה פאר קינדער; ענק זאלן זיך ליב האבן, ענק זאלן זיך נישט וויי טון, נאר זיך געבן גוטע ווערטער; דאס איז א סגולה פאר קינדער. דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


זיי מחזק זיין ווייב זאל מחזק זיין די צעבראכענע און צעקלאפטע ווייבלעך פון אנשי שלומינו, וסימנך: די וואס טוען זיך אן נישט איידל, זיי דארפן די מערסטע גוטע ווערטער וכו' וכו'.

#123 - זיך גוט אויסלאכן, און נישט נעמען קיין פרעמדע זארג
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס ווייסן אלע פרויען אז ווען מען איז אנגעצויגן נעמט דאס אוועק די מילך; קען זיין פון די גאנצע פרשה וואס איז יעצט אריבער וכו' - זענט איר אנגעצויגן, דאס נעמט אוועק די מילך.


זאלט איר זיך גוט אויסלאכן און נישט נעמען קיין פרעמדע זארג; לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט און איר האט אן ערליכער מאן מיט א געזונטע בעבי, און מער פון דעם זאל אייך נישט אינטערעסירן, און אז די גאנצע משפחה קאכט א קעסל מיט מחלוקת, יעדער האט א דעה ווער עס איז גערעכט - זאל דאס אייך נישט אינטערעסירן, איר דארפט נישט זיין אויפן טעלעפאן, נישט זיין אויף די גרופס, נישט מיטהאלטן, נישט הערן - וועט די גאנצע מילך צוריק קומען.


דער  רבי זאגט א סגולה צו האבן מילך, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן (ספר המידות אות בנים, סימן סה).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#122 - עצות פאר א מחלה אין די הויט
מזוזה, תודה והודאה, סגולות, רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב ווייטאג פון ליינען וואס ענק גייען אריבער מיט ענקער קליין קינד, ווי זי ליידט צער און ווייטאג פון איר הויט; איך בין אזוי בצער פון דעם.


עס איז כדאי בודק זיין די מזוזות, ווייל רוב פראבלעמען און צרות הויבן זיך אן ווען עס איז נישטא קיין כשר'ע מזוזות.


עס איז דא א סגולה וואס איז בדוק ומנוסה, צו נעמען פון די שמן זית וואס בלייבט איבער פון די שבת ליכט, (ביי אונז איז דער מנהג צו צינדן צוויי ליכט פון שמן זית אנטקעגן זכור ושמור, און נאך פיר ליכט פון חֵלב אנטקעגן די פיר אותיות פון די שם הוי"ה ברוך הוא, און יעדע קינד וואס ווערט געבוירן, סיי א אינגל, סיי א מיידל - לייגט מען צו נאך א ליכט פון חֵלב), מוצאי שבת זאלט איר נעמען פון די איבערגעבליבענע אויל, שמן זית – און דאס שמירן אויף די הויט, דאס וועט אוועקנעמען די מחלה פון די הויט. דאס איז בדוק ומנוסה, אזוי זאלט איר טון יעדע מוצאי שבת.


יעצט ווען מען האט שוין אלעס פרובירט, אלע סארט מעדעצין, ווייטאמין, וכו' וכו', און אלע דאקטוירים אליין זאגן זיי ווייסן נישט וואס דאס איז, און אלע נוטרישעניסטס ווייסן נישט וואס צו זאגן, איר שפירט זיך אזוי פארלוירן; יעצט זאלט איר זיך אינגאנצן ארויפווארפן אויפן אייבערשטן און פון דעם וועט קומען די ישועה. דאס הייסט, יעדן טאג זאלט איר קודם דאנקען פאר די חסדים אז איר זענט חתונה געהאט און אויף אייער געזונטע קינד, און בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך אפאר ווערטער פון הארץ - פאר איר, זי זאל האבן א רפואה שלימה, זיין געזונט מיט די הויט און מיט אלעס - וועט זי האבן א רפואה שלימה, ווייל תפילה איז למעלה מדרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#121 - אביסל דאנקען דעם אייבערשטן, וועט עפענען די הימל פאר ישועות
קינדער, תודה והודאה, סגולות, רפואה

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס פעלט נישט אויס צו גיין עפעס טון צו געבוירן קינדער; זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער.


איר דארפט נאר יעדן טאג אביסל דאנקען דעם אייבערשטן; דאס וועט עפענען די הימל פאר ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - 'מזמור לתודה' איז מסוגל להולדה
קינדער, סגולות, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; ביי אונז פירט מען זיך אז דער מאן ווארט אינדרויסן פון צימער, און זאגט קאפיטל ק' 'מזמור לתודה'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) אז די קאפיטל איז מסוגל להולדה, מען זאגט די קאפיטל נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען רופט מיט א מזל טוב.


אויך געבט מען צדקה לזכות די ווייב ולזכות די קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - דאנקען דעם אייבערשטן איז די בעסטע סגולה און שמירה
קינדער, תודה והודאה, סגולות, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח און אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט חתונה געהאט און אז עס איז דא גוטע נייעס; דאס איז די בעסטע סגולה, די בעסטע שמירה - אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - זינגען צום אייבערשטן פארטאגס, א סגולה פאר קינדער
קינדער, תודה והודאה, סגולות, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


שטיי אויף פארטאגס, גיס אפ נעגל וואסער, לויף אין מקוה און זאג דעם "יום תהילים", דאס וועט זיין א סגולה פאר דיר פאר קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים" , זינגען און לויבן צום אייבערשטן פארטאגס - איז א סגולה פאר קינדער, "גַּם לְאִשָּׁה שֶׁנֶּחְסַר חֲלָבָהּ", אויך איז דאס א סגולה פאר א פרוי וואס האט ווייניג מילך, "גַּם לְאִשָּׁה רָעָה שֶׁהִיא כַּעֲסָנִית", אויך איז דאס א סגולה פאר א פרוי וואס איז שלעכט און כעס'יג.


פלעכט אריין דיינע אייגענע תפילות צווישן די פסוקים, לויב אין דאנק אין דיין שפראך; אידיש, ענגליש, רוסיש, ספאניש, נישט קיין חילוק וואס פאר א שפראך; זאג: "שכוח אייבערשטער פאר די חסדים", הויב אן זוכן, זוך גוט וועסטו זען עס איז מיט גרויסע חסדים, דער אייבערשטער איז נאר גוטס; דאס וועט עפענען די הימלען פאר דיר פאר זרע של קיימא.

#117 - וואס קען איך טון זוכה זיין צו קינדער?
קינדער, צדקה, סגולות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז שוין אריבער אפאר יאר און דו ווארסט אויף קינדער, דו ווילסט אזוי שטארק געהאלפן ווערן מיט קינדער, דו פרעגסט: "וואס קען איך טון זוכה זיין צו קינדער?"


דער רבי פרעגט דיין פראגע (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל מען טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", זוכה זיין צו קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", געבן צדקה, געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ לִפְנֵי תַּשְׁמִישׁ", און פרייליך מאכן די ווייב.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספר אשר בנחל; מוהרא"ש האט צוגעזאגט, אז מען וועט געבן צדקה צו דרוקן דעם הייליגן ספר אשר בנחל – וועט מען זען אויסטערלישע ישועות, און פארגעס נישט וואס איז אויבן געשריבן; פרייליך מאכן די ווייב.


 

#116 - וואס נאך קענען מיר טון אז די ישועה זאל קומען?
תודה והודאה, ישועות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


ענק האבן שוין געטון אזויפיל סגולות צו געהאלפן ווערן, ענק האבן שוין געמאכט אזויפיל גוטע קבלות און ענק פרעגן 'וואס נאך קענען מיר טון אז די ישועה זאל קומען?'


איין סגולה בלייבט ענק איבער, וואס דאס וועט ענק ברענגען די ישועה, די סגולה פון "תודה והודאה", דאנקען און לויבן.


ביידע אינאיינעם זאלן ענק יעדן טאג אוועקגעבן אביסל צייט, אפאר מינוט, און אויסלויבן דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט ענק. רעכנט אויס די חסדים און לויבט אים אויף דעם, זאגט: "שכוח אייבערשטער איך בין געזונט, מיין ווייב איז געזונט", און זי זאגט: "שכוח אייבערשטער איך בין געזונט, מיין מאן איז געזונט", און אזוי ווייטער; דאס עפנט אויף די טויערן פאר ניסים גלוים.

#115 - א סגולה בדוק ומנוסה צו האבן אן אייגענע הויז
סגולות, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


דו זוכסט שוין א שטיק צייט צו קויפן א הויז; וויל איך דיר דערמאנען די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא. מוהרא"ש זאגט, די דריי לימודים איז די ראשי תיבות בי"ת; אז מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים – בויט מען זיך א בי"ת נצחי, און אויך איז דא א סגולה צו האבן אן אייגענע הויז דא בזה העולם.


ווער נישט דערשראקן פון די ווארט ירושלמי, פון די ווארט תוספתא; פאר מיר איז דאס אויך געווען פרעמדע ווערטער איידער איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן. בזכות מוהרא"ש זענען אלע ספרים געווארן אויס פרעמד, אויס פארשטופט; דורך לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), פון לערנען בלי הבנה, דורך גורס זיין כל התורה כולה.


פרוביר עס, די סגולה איז בדוק ומנוסה.

#114 - די ווענט זאלן ווערן איינגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון
סגולות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, סטעטן איילענד


קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת בבא קמא און מיר הויבן אן מסכת בבא מציעא, כאפ זיך מיט צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אינאיינעם מיט אלע ברסלב'ער חסידים.


א בלאט גמרא א טאג נעמט אוועק אזויפיל צרות, עס איז די בעסטע פלאץ זיך צו באשיצן, אזויפיל מענטשן האבן געזען ישועות אין אלע פלעצער דורך לערנען גמרא; סיי אין פרנסה, סיי מיט שידוכים, מיט קינדער, מיט נחת ביי די קינדער.


על כן מיין ליבער ברודער, נעם א גמרא, קויף זיך א גמרא (היינט איז דא הערליכע גמרות מנוקד פון 'עוז והדר), און לערן דעם בלאט גמרא בקול, מיט א ניגון, אפילו אן פארשטיין. לכתחילה זאלסטו דאס טון אין שטוב, די ווענט זאלן ווערן איינגעזאפט מיט די זיסע גמרא ניגון; וועסטו זען גרויסע ישועות.