בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בין זייער צופרידן פון דיין התנהגות אין ישיבה, פון דיין דרך ארץ און פון דיין יראת שמים. איך וויל דיך מחזק זיין, יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה; וויסן זאלסטו, דרך ארץ איז די הקדמה צו קבלת התורה, די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ, זיך אויפפירן שיין און איידל, בפרט צו די עלטערן, און צו די זיידע און באבע; און אז עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר זענען נאכאמאל מקבל די תורה - דארפן מיר זיך שטארקן אין דרך ארץ.
פון די וויכטיגסטע זאכן איז 'זיין דאנקבאר', זיך באדאנקען פאר יעדן וואס טוט פאר דיר. אז דו ביסט ביי דיינע עלטערן אין שטוב - זאלסטו זיך שטענדיג באדאנקען פאר זיי; ווען זיי געבן דיר עסן - זאלסטו זיך באדאנקען, און ווען זיי מאכן דיר די קליידער - זאלסטו זיך נאכאמאל באדאנקען, און אז זיי זארגן פאר דיר - זאלסטו זיי דאנקען מיטן גאנצן הארץ; און אז דו ביסט ביי דיין זיידע באבע - זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי, און חס ושלום נישט לאכן אדער שפעטן, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם" אן עז פנים קומט אן אין גיהנום, "וּבֹשֶׁת פָּנִים לְגַן עֵדֶן", און דער וואס פירט זיך איידל - וועט דאס אים ברענגען צו די העכסטע מדריגה; אויך זאלסטו זיך פירן מיט די גוטע מנהג, זאלסט פרעגן: "וואס קען איך העלפן?" וואו דו וועסט נאר זיין; ביי דיינע עלטערן, ביי א זיידע, וואו אימער - זאלסטו פרעגן: "וואס קען איך העלפן?" און נאכן עסן די סעודה זאלסטו נישט נעלם ווערן, ווייל אז מען עסט א סעודה איז דרך ארץ צו העלפן רייניגן, און איידער דו גייסט ארויס - זאלסטו זען אויב עס איז דא מיסט, זאלסט העלפן אראפטראגן די מיסט, און אז עפעס האט זיך אויסגעגאסן וכדומה - זאלסטו נישט גיין און קומען כאילו דאס מיינט מען נישט דיר, נאר זאלסט העלפן רייניגן.
נאך א וויכטיגע זאך, אז דיינע עלטערן וועקן דיך אויף אינדערפרי צו זמן קריאת שמע אדער צו זמן תפילה - זאלסטו חס ושלום נישט רעדן מיט חוצפה, שרייען: "לאזט מיך אפ"; זאלסט זיך באדאנקען פאר זיי אז זיי זארגן פאר דיר פאר דיין גוטס, פאר דיין אייביגע טובה, און אז דו שלאפסט ביי א זיידע און באבע און זיי וועקן דיך אויף אינדערפרי צו גיין אין ישיבה - זאלסטו חס ושלום זיך מתחצף זיין צו זיי, זאלסט זיך באדאנקען פאר זיי אז זיי לאזן דיך וואוינען ביי זיי, און אז זיי זארגן פאר דיר וכו', און נאך דיין חתונה אז דו וועסט גיין צו דיין שווער, און דיין שווער וועט קלאפן אין טיר און שרייען: "סוף זמן קריאת שמע!" זאלסטו נישט טשעפען דיין ווייב אדער לאכן פון דיין שווער, זאלסט זיך פירן מיט דרך ארץ.
געדענק, מיר זענען אידישע קינדער, מיר זענען נישט קיין גוים, ליידער זענען מיר אין א טיפע לאנגע טונקעלע גלות און מען מיינט שוין אז עלטערן טארן גארנישט זאגן פאר קינדער, און עס איז שוין געווארן א שיטה אז עלטערן טארן זיך נישט אריינמישן ביי די קינדער; אוי לנו, וויי איז פאר אונז, און אז מען גייט צו מטפלים, מען גייט זיך היילן - איז דאס פון זייערע ערשטע גיפטיגע סם, צו שפעטן פון עלטערן און אויסלערנען די יונגט אפצוהאקן פון די עלטערן, און מען לערנט אויס די עלטערן אז זיי זאלן גארנישט זאגן פאר די קינדער; דאס איז קעגן די הייליגע תורה, ווייל עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.
מיין נישט אז די זאכן זענען נישט וויכטיגע זאכן, דרך ארץ איז פון די הייליגסטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "'וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ', שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְךָ", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן קומען ליב צו האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אז ער פירט זיך אויף איידל מיט דרך ארץ, וואס זאגט מען? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה, עס ווערט געהייליגט דעם אייבערשטנ'ס נאמען דורך אים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.