בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי', יבנאל.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליינס געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען אין א צווייטע פלאץ וויל ער נישט אויסהערן דעם שידוך, ווייל ער שפירט אז ער וועט זיך נישט געפונען דאס פלאץ אין יענעם ארט, האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "א מענטש דארף לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער זאל זיך טרעפן דאס פלאץ וואו אימער ער געפונט זיך".
דאס זעלבע זאג איך אייך, זייטס פרייליך און צופרידן וואו איר געפונט זיך, בפרט אז איר וואוינט אין א הייליגע שטאט, איר וואוינט אין יבנאל עיר ברסלב, די פלאץ וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירות נפש; דארפט איר זיין פרייליך און אויסנוצן די הייליגע פלאץ, מיינטס נישט אז עס וואלט אייך בעסער געווען צו זיין דא וכו'.
זאגטס יעדן טאג דעם יום תהלים און בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן און האט גוטע מידות.
פרובירטס ארויף צו גיין וואס מער צום ציון פון מוהרא"ש; דארט זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט בעטן פאר אייך און פאר אלע אידן, וועט איר בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.
בעטס ביים ציון פון מוהרא"ש אויך פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.