בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
וואויל איז דיר אז דו זאגסט אויס יעדן טאג גאנץ תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זוכה זיין צו תשובה זאל זאגן תהלים, ווייל דורך זאגן תהלים ווערט מען נאנט צום אייבערשטן און מען האט כח נישט אויפצוגעבן; ווייל באמת וויל יעדער איד זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, עס זענען דא מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו דער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט נישט וואס צו טון זוכה זיין צו תשובה, און אפילו דער מענטש וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער די חיזוק און עידוד אנצוגיין און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו'; זאגט דער רבי, אויב דער מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.
ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו זיך טרעפן אין די ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן קכה): "לומר כל מזמורי תהלים על עצמו", די אלע פסוקים אין תהלים וואס רעדט פון מלחמות – מיינט מען די גרויסע מלחמה, די מלחמת היצר וחילותיו, וואס ווילן אויסרייסן דעם מענטש פון די קדושה; מען דארף שרייען און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און אפהיטן פון אוועקפאלן רחמנא לצלן.
שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיטן העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, דעם רבינ'ס ווערטער אראפגעברענגט פאר אונזער דור אויף א שפראך וואס איז מחזק, מעודד ומשמח יעדן איד. שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט, און זיי מוסיף והולך, זיי נישט זאט און צופרידן, זוך וואס מער צו דרוקן און וואס מער בעסער מאכן פאר די מפיצים, זיך רעכענען מיט זיי און זיי געבן זייער פארלאנג.