בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
א פרוי איז פטור פון דאווענען וויבאלד זי איז פארנומען מיט די קינדער וכו', אבער ברכות השחר דארף מען זאגן; געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג ברכות השחר און אויך קריאת שמע, און אז אינדערפרי האט איר נישט קיין צייט, איר דארפט זארגן פאר די קינדער וכו' – זאלט איר זאגן די ברכות השחר נאכן אנטון און געבן עסן פאר די קינדער, עס נעמט נישט מער פון אפאר מינוט, אויף דעם דארף מען קענען מאכן צייט.
אויך זאלט איר זיך נעמען א גוטע חבר'טע, עס איז זייער וויכטיג פאר עבודת השם א גוטע חבר'טע מיט וועם מען קען זיך מחזק זיין; נעמט זיך א גוטע חבר'טע און זייט זיך מחזק מיט איר, איין מאל וועט איר געבן חיזוק און איינמאל וועט זי אייך געבן חיזוק, אמאל פאלט מען אריין אין א קטנות הדעת און א גוטע חבר'טע קען זייער ארויסהעלפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לד), דורך א חבר קען מען זייער מצליח זיין, און מיר געפינען אין חזל (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", פון חברים קען מען לערנען מער ווי מען לערנט פון א רבי.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.