בעזרת ה' יתברך -יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
עס קומט דער הייליגער יום טוב פסח, אלע גייען ארויס פון מצרים, יעצט איז א גוטע צייט זיך מיטכאפן מיט אלע אידן ארויסצוגיין פון אלע מצרים דורך רעדן צום אייבערשטן.
פסח איז די ווערטער פה-סח, די מויל שמועסט, מען שמועסט מיטן אייבערשטן; אז מען שמועסט מיטן אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, אלע שווערע נסיונות, אלעס וואס דער יצר הרע ברענגט אריין במחשבה, דיבור ומעשה, דורכדעם גייט מען ארויס פון מצרים, פון אלע צרות.
טייערער ברודער, מאך זיך א קביעות יעדן אינדערפרי, גיי א קליינע שפאציר ארום דיין שטוב, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "רבונו של עולם מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם געב מיר א שטארקע אמונה, געב מיר א ליבשאפט צו דיר און צו די תורה".
ברודער, די גאנצע טאג וועט דיר גיין אנדערש, דו וועסט ווערן ארומגענומען מיטן אייבערשטן.
א פרייליכע כשר'ע יום טוב.