בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אויף די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב - זאלסטו זיך פאר'עקשנ'ען, זאלסט נישט מוותר זיין, זאל זיין וואס זאל זיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, דאס שטארקט דעם מענטש צו בלייבן ביים אייבערשטן", און דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן, האט דער אייבערשטער געמאכט א נס, עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג, ביז דער בארג איז אים אריינגעפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פוס און אים גע'הרג'עט. זאגט דער רבי, עוג מלך הבשן - דאס איז דער יצר הרע וואס ער האט פיינט יעדן איד, ער וויל הרג'ענען יעדן איד, ער זוכט אויסצורייסן פון אונז די דריי תפילות, און דורכדעם אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל, "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל.
געב נישט אויף, און טראכט נישט אז דער אייבערשטער איז בייז אויף דיר, און אז דו גייסט אריבער וואס דו גייסט אריבער און דו דערהאלסט זיך - איז דאס זייער גרויס. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד", א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.