בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת אחרי א', ליל בדיקת חמץ, י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו אויפנעמען דעם יום טוב בשמחה; ערב יום טוב איז א צייט וואס מען איז זייער פארנומען מיט די לעצטע צוגרייטונגען, דעמאלט קומט דער יצר הרע און זוכט צו מאכן א פירוד לבבות אין שטוב צווישן מאן און ווייב, זאלט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.
מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר זענען אידישע קינדער; מיר גייען מקיים זיין די הייליגע מצוות פון פסח און מיר גייען עסן די הייליגע מצות. יעצט פסח ווערט אנטפלעקט פאר אלעמען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און דאס געבן מיר איבער פאר אונזערע דורות ליל הסדר, אז דער אייבערשטער - ער איז דער בעל הבית, ער פירט אלעס און מען דארף זיך צו אים איבערגעבן.
מיר דארפן זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, דאס וועט אונז אפהיטן פון עבירות א גאנץ יאר. אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט (מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ בְּפֶסַח, מֻבְטָח לוֹ שֶׁלֹא יֶחְטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז אפגעהיטן פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אז מען פריידט זיך מיט די מצה, מען פריידט זיך "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי", מען געדענקט א גאנץ יאר אז מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה און מיר האבן נישט געגעסן קיין משהו חמץ - די שמחה היט אפ דעם מענטש פון זינדיגן.
דער של"ה הקדוש זאגט (מסכת פסחים; מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תעז, סעיף קטן א): "איך האב געזען ערליכע אידן פלעגן זיך אזוי פרייען מיט די מצות, זיי פלעגן קישן די מצות מיט א גרויסע שמחה"; וואויל איז דעם מענטש וואס ברענגט אריין אין זיינע קינדער זיך צו פרייען מיט די הייליגע מצוות.
אז איר ווילט ארויס גיין פון אלע אייער פחדים און דמיונות זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן בשעת איר עסט די מצה אז איר זאלט זוכה זיין צו א רפואה. עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת בא, מא.) אז מצה ווערט אנגערופן: "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה; ווייל דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה. ווידער אויף א צווייטע פלאץ (פרשת תצוה, קפג:) רופט עס דער זוהר אן: "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; אז מצה היילט אויס דעם מענטש. זאגט מוהרא"ש אז מיטן רבינ'ס ווערטער איז עס איין זאך, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; קומט אויס ווען מען עסט מצה און עס ווערט געשטארקט די אמונה ווערט מען אויסגעהיילט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.